1 פֿאַר װאָס, ה׳, שטײסטו פֿון דער װײַטן,
פֿאַרהױלסטו זיך אין צײַטן פֿון נױט?
2 מיט גאװה פֿון רשע יאָגט מען דעם אָרעמאַן;
זאָלן זײ געכאַפּט װערן אין די פּלענער װאָס זײ האָבן אױסגעקלערט!
3 װאָרעם דער רשע פּראָלט אין דער תּאװה פֿון זײַן זעל,
און דער גײציקער רימט זיך: ער שפּאָט פֿון ה׳.
4 דער רשע זאָגט אין דעם שטאָלץ פֿון זײַן פּנים: מע מאָנט נישט;
נישטאָ קײן אלֹקים, זײַנען אַלע זײַנע טראַכטונגען.
5 זײַנע װעגן באַגליקן צו יעטװעדער צײַט,
װײַט איבער אים זײַנען דײַנע משפּטים;
אַלע זײַנע פֿײַנט – ער בלאָזט אױף זײ.
6 ער זאָגט אין זײַן האַרצן: איך װעל נישט אומפֿאַלן,
אױף דור-דורות נישט זײַן אין קײן בײז.
7 מיט קללות איז פֿול זײַן מױל, און מיט באַטרוג און דריקונג,
אונטער זײַן צונג איז אומרעכט און פֿאַרברעכן.
8 ער זיצט אין לױער פֿון די געהעפֿטן,
אין פֿאַרבאָרגענישן הרגעט ער דעם אומשולדיקן;
זײַנע אױגן לאָקערן אױפֿן אומגליקלעכן.
9 ער לױערט אין פֿאַרבאָרגעניש װי אַ לײב אין זײַן צודעק,
ער לױערט צו כאַפּן דעם אָרעמאַן;
ער כאַפּט דעם אָרעמאַן, אַז ער ציט אים אין זײַן נעץ.
10 ער דריקט זיך, ער בײגט זיך,
ביז די אומגליקלעכע פֿאַלן אין זײַנע קלױען.
11 ער זאָגט אין זײַן האַרצן: פֿאַרגעסן האָט אֵל;
ער האָט פֿאַרבאָרגן זײַן פּנים, ער װעט אױף אײביק נישט זען.
12 שטײ אױף ה׳, אֵל, הײב אױף דײַן האַנט,
זאָלסט נישט פֿאַרגעסן די געדריקטע.
13 פֿאַר װאָס לעסטערט דער רשע אלֹקים,
זאָגט אין זײַן האַרצן: דו מאָנסט נישט?
14 דו האָסט געזען; װאָרעם דו קוקסט צו לײַד און קומער,
כּדי זײ צו פֿאַרגלעטן מיט דײַן האַנט.
אױף דיר פֿאַרלאָזט זיך דער אומגליקלעכער,
דעם עלנדן ביסט דו געװען אַ העלפֿער.
15 צעברעך דעם אָרעם פֿון דעם רשע,
און בײַם שלעכטן זאָלסטו זוכן זײַן בײז
ביז װעסט מער נישט געפֿינען.
16 ה׳ איז אַ מלך אײביק און שטענדיק,
די פֿעלקער גײען אונטער פֿון זײַן לאַנד.
17 דאָס קרעכצן פֿון די פֿאַרליטענע האָסטו צוגעהערט, ה׳;
פֿעסטיקסט זײער האַרץ, נײַגסט צו דײַן אױער;
18 צו טאָן רעכט דעם יתום און דעם געדריקטן;
אַז קײן מענטש פֿון דער ערד זאָל מער נישט שרעקן.