Publicidade

Ezequiel 31

1 און עס איז געװען אין עלפֿטן יאָר, אין דריטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, איז געװען דאָס װאָרט פֿון ה׳ צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

2 מענטשנקינד, זאָג צו פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם,

און צו זײַן המון:

צו װעמען גלײַכסטו זיך אין דײַן גרױסקײט?

3 זע, אשור איז געװען אַ צעדער אין לבֿנוֹן,

מיט שײנע צװײַגן, און שאָטנדיקן געװעלד,

און הױך אין װוּקס;

און צװישן געדיכטענישן איז געװען זײַן שפּיץ.

4 װאַסער האָט אים אױפֿגעצױגן,

דער תּהום האָט אים אױפֿגעבראַכט;

זײַנע שטראָמען, זײ פֿלעגן גײן

רונד אַרום זײַן פֿלאַנצונג,

און זײַנע גראָבנס האָט ער צעשיקט

צו אַלע בײמער פֿון פֿעלד.

5 דערום איז זײַן װוּקס געװען העכער

פֿון אַלע בײמער פֿון פֿעלד,

און זײַנע צװײַגן האָבן זיך געמערט,

און זײַנע ריטער זײַנען לאַנג געװאָרן,

פֿון פֿיל װאַסער בײַ זײַן אױסװאַקסן.

6 אין זײַנע צװײַגן האָבן גענעסט

אַלע פֿױגלען פֿון הימל,

און אונטער זײַנע ריטער האָבן געבאָרן

אַלע חיות פֿון פֿעלד;

און אין זײַן שאָטן פֿלעגן זיצן

אַלע גרױסע פֿעלקער.

7 און ער איז שײן געװען אין זײַן גרױסקײט,

אין דער לענג פֿון זײַנע צװײַגן;

װאָרעם זײַן װאָרצל איז געװען

בײַ װאַסער אַ סך.

8 די צעדערן אין גאָרטן פֿון אלֹקים

האָבן אים נישט פֿאַרטונקלט;

ציפּרעסן זײַנען נישט גלײַך געװען

צו די צװײַגן זײַנע;

און פּלאַטאַנענבײמער זײַנען נישט געװען

אַזױ װי די ריטער זײַנע;

קײן בױם אין גאָרטן פֿון אלֹקים

איז נישט גלײַך געװען צו אים אין זײַן שײנקײט.

9 שײן האָב איך אים געמאַכט

מיט זײַנע פֿיל צװײַגן,

און אים האָבן מקנא געװען

אַלע בײמער פֿון עֵדֶן װאָס אין גאָרטן פֿון אלֹקים.

10 דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: װײַל דו ביסט געװען הױך אין װוּקס; און ער האָט אױסגעשטרעקט זײַן שפּיץ פֿון צװישן געדיכטענישן, און זײַן האַרץ האָט זיך דערהױבן פֿון װעגן זײַן הײך, 11 דערום װעל איך אים געבן אין דער האַנט פֿון דעם מאַכטיקסטן פֿון די פֿעלקער; רעכענען װעט ער זיך רעכענען מיט אים; פֿאַר זײַן שלעכטיקײט טו איך אים פֿאַרטרײַבן. 12 און אים שנײַדן אָפּ פֿרעמדע, די פֿאָרכטיקסטע פֿון די פֿעלקער, און זײ װאַרפֿן אים אַװעק; אױף אַלע בערג און אין אַלע טאָלן פֿאַלן זײַנע צװײַגן, און זײַנע ריטער ליגן צעבראָכן אין אַלע גראָבנס פֿון דער ערד; און אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד נידערן פֿון זײַן שאָטן, און פֿאַרלאָזן אים. 13 אױף זײַן געפֿאַלענעם שטאַם רוען אַלע פֿױגלען פֿון הימל, און אױף זײַנע ריטער זײַנען אַלע חיות פֿון פֿעלד; 14 כּדי קײן בײמער בײַם װאַסער זאָלן זיך נישט גרײסן מיט זײער װוּקס, און נישט אױסשטרעקן זײער שפּיץ פֿון צװישן געדיכטענישן; און עס זאָלן נישט שטײן אין זײער הײך זײערע מאַכטיקע, אַלע אָנגעטרונקענע מיט װאַסער; װאָרעם זײ אַלע זײַנען איבערגעגעבן געװאָרן צום טױט, צו דער אונטערשטער ערד, צװישן די קינדער פֿון מענטשן, צו די גענידערטע אין גרוב.

15 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אין דעם טאָג װאָס ער האָט גענידערט אין שְׁאֹול, האָב איך געמאַכט טרױערן, האָב איך צוגעדעקט דעם תּהום װעגן אים, און איך האָב פֿאַרמיטן זײַנע טײַכן, און פֿאַרהאַלטן געװאָרן זײַנען די גרױסע װאַסערן; און איך האָב געמאַכט פֿינצטער װעגן אים דעם לבֿנוֹן, און אַלע בײמער פֿון פֿעלד האָבן געחלשט װעגן אים. 16 מיט דעם הילך פֿון זײַן פֿאַלן האָב איך אױפֿגעשטורעמט די פֿעלקער, װען איך האָב אים געמאַכט נידערן אין שְׁאֹול מיט די גענידערטע אין גרוב. און זיך געטרײסט אין דער אונטערשטער ערד האָבן אַלע בײמער פֿון עֵדֶן, די געקליבנסטע און בעסטע פֿון לבֿנוֹן, אַלע אָנגעטרונקענע מיט װאַסער. 17 זײ אױך האָבן מיט אים גענידערט אין שְׁאֹול, צו די דערשלאָגענע פֿון שװערד – די װאָס זײַנען זײַן אָרעם געװען, װאָס זײַנען געזעסן אין זײַן שאָטן צװישן די פֿעלקער.

18 צו װעמען אַזױנס גלײַכסטו זיך אין כּבֿוד און אין גרױסקײט צװישן די בײמער פֿון עֵדֶן? אָבער װעסט גענידערט װערן מיט די בײמער פֿון עֵדֶן אין דער אונטערשטער ערד; צװישן אומבאַשניטענע װעסטו ליגן, מיט דערשלאָגענע פֿון שװערד.

ער, פַּרעה, און זײַן גאַנצער המון, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-