Publicidade

Ezequiel 38

1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 מענטשנקינד, טו דײַן פּנים קעגן גוֹגן, פֿון דעם לאַנד מָגוֹג, דער פֿירשט פֿון ראָש, מֶשֶך און תּובַֿל, און זאָג נבֿיאות איבער אים; 3 און דו זאָלסט זאָגן, אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳, זע, איך בין קעגן דיר, אָ גוג, פֿירשט פֿון רוש, מֶשֶך און תּובַֿל. 4 און איך װעל דיך פֿאַרנאַרן, און װעל אַרײַנטאָן רינגען אין דײַנע קינבאַקן, און װעל דיך אַרױסציען מיט דײַן גאַנצן חיל, פֿערד און רײַטער, פּראַכטיק אָנגעטאָן אַלע, אַ גרױס געזעמל, מיט שריון און שילדן, װאָס האַלטן שװערדן אַלע. 5 פָּרַס, כּוּש, און פּוּט מיט זײ, אַלע מיט שילדן און קויכויס. 6 גוֹמֶר, און אַלע אירע מחנות, דאָס הױז פֿון תּוֹגַרמָה, די עקן פֿון צפֿון, און אַלע זײערע מחנות – פֿיל פֿעלקער מיט דיר.

7 ברײט דיך אָן און זײַ אָנגעברײט, דו און אַלע דײַנע געזעמלען װאָס זײַנען אײַנגעזאַמלט אַרום דיר, און זײַ בײַ זײ אָפּגעהיט. 8 אין פֿיל טעג אַרום װעסטו באַפֿױלן װערן, אין סוף פֿון די יאָרן װעסטו קומען אױף אַ לאַנד װאָס איז אומגעקערט פֿון שװערד, װאָס איז אײַנגעזאַמלט פֿון פֿיל פֿעלקער – אױף די בערג פֿון יִשׂרָאֵל. װאָס זײַנען געװען אַ שטענדיקע װיסטעניש; אָבער עס איז אַרױסגעצױגן געװאָרן פֿון די פֿעלקער, און זײ זיצן אין זיכערקײט אַלע. 9 און װעסט אַרױפֿגײן װי עס קומט אַ געװיטער, װי אַ װאָלקן צו באַדעקן די ערד װעסטו זײַן, דו און אַלע דײַנע מחנות, און פֿיל פֿעלקער מיט דיר.

10 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעלן דיר אַרױפֿקומען זאַכן אױפֿן האַרצן, און װעסט טראַכטן אַ בײזע טראַכטונג. 11 און װעסט זאָגן: איך װעל אַרױפֿגײן אױף דעם לאַנד פֿון אָפֿענע שטעט, איך װעל קומען אױף די רויִקע װאָס זיצן אין זיכערקײט, װאָס זיצן אַלע אָן אַ מױער, און נישטאָ בײַ זײ ריגל און טױערן; 12 צו רױבן זאַקרױב, און צו ראַבעװען רױב, צו לײגן דײַן האַנט אױף חורבֿות באַזעצטע, און אױף אַ פֿאָלק אײַנגעזאַמלט פֿון פֿיל פֿעלקער, װאָס האָט אָנגעשאַפֿט פֿיך און פֿאַרמעג – די װאָס זיצן אױפֿן נאָפּל פֿון דער ערד. 13 שבֿאָ, און דדָן, און די סוחרים פֿון תַּרְשִיש, און אַלע אירע יונגלײבן, װעלן זאָגן צו דיר: קומסטו זאַקרױב צו רױבן? האָסטו אײַנגעזאַמלט דײַן געזעמל רױב צו ראַבעװען? זילבער און גאָלד אַװעקצוטראָגן? פֿיך און פֿאַרמעג אַװעקצונעמען? פֿיל זאַקרױב צו רױבן?

14 דערום זאָג נבֿיאות, דו מענטשנקינד, און זאָלסט זאָגן צו גוֹגן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: פֿאַר װאָר, אין יענעם טאָג װאָס מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל זיצט אין זיכערקײט, װעסטו זיך דערװיסן. 15 און װעסט קומען פֿון דײַן אָרט, פֿון די עקן פֿון צפֿון, דו, און פֿיל פֿעלקער מיט דיר, רײַטער אױף פֿערד אַלע, אַ גרױס געזעמל, און חיל אַ סך. 16 און װעסט אַרױפֿגײן אױף מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל װי אַ װאָלקן צו באַדעקן די ערד – אין סוף פֿון די טעג װעט דאָס זײַן – און איך װעל דיך ברענגען אױף מײַן לאַנד, כּדי די אומות זאָלן מיך דערקענען, װען איך װער געהײליקט דורך דיר, גוֹג, פֿאַר זײערע אױגן.

17 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: דו ביסט דאָך דער װאָס איך האָב אָנגעזאָגט אין פֿריִערדיקע טעג דורך מײַנע קנעכט די נבֿיאים פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס האָבן נבֿיאות געזאָגט אין יענע טעג, יאָרן נאָכאַנאַנד, אַז איך װעל דיך ברענגען אױף זײ. 18 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, אין דעם טאָג װאָס גוֹג קומט אױף דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, װעט אױפֿגײן מײַן גרימצאָרן אין מײַן נאָז. 19 און אין מײַן פֿאַרדראָס, אין דעם פֿײַער פֿון מײַן קִנְאָה האָב איך גערעדט: אױב אין יענעם טאָג װעט נישט זײַן אַ גרױסע ציטערניש אױף דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל! 20 און ציטערן װעלן פֿאַר מיר די פֿישן פֿון ים, און דער פֿױגל פֿון הימל. און די חיה פֿון פֿעלד, און יעטװעדער שרץ װאָס קריכט אױף דער ערד, און יעטװעדער מענטש װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד; און צעשטערט װערן װעלן די בערג, און אײַנפֿאַלן װעלן די פֿעלדזטרעפּ, און יעטװעדער מױער װעט צו דער ערד פֿאַלן. 21 און איך װעל רופֿן קעגן אים אױף אַלע מײַנע בערג אַ שװערד, זאָגט אֲדֹנָי ה׳; אײנעמס שװערד װעט זײַן קעגן אַנדערן. 22 און איך װעל זיך משפּטן מיט אים, מיט פּעסט און מיט בלוט; און אַ פֿלײציקן רעגן, און האָגלשטײנער, פֿײַער, און שװעבל, װעל איך מאַכן רעגענען אױף אים און אױף זײַנע מחנות און אױף די פֿיל פֿעלקער װאָס מיט אים. 23 און איך װעל געגרײסט װערן און געהײליקט װערן, און איך װעל זיך לאָזן דערקענען פֿאַר די אױגן פֿון פֿיל אומות, און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-