Publicidade

Ezequiel 24

1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר אין נײַנטן יאָר, אין צענטן חודש, אין צענטן טאָג פֿון חודש, אַזױ צו זאָגן: 2 מענטשנקינד, פֿאַרשרײַב דיר דעם נאָמען פֿון דעם טאָג, גענױ דעם הײַנטיקן טאָג; דער מלך פֿון בָבֿל האָט זיך אָנגעזעצט אױף ירושָלַיִם גענױ אין הײַנטיקן טאָג. 3 און גיב דעם װידערשפּעניקן געזינדל אַ משל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳:

שטעל צו דעם טאָפּ, שטעל צו,

און גיס אױך אָן װאַסער אין אים;

4 זאַמל אײַן זײַנע שטיקער אין אים;

איטלעך גוט שטיק, דעם דיך, און די שולטער;

מיט געקליבענע קנאָכנס פֿיל אָן.

5 געקליבענע שאָף זאָלסטו נעמען,

און לײג אױך אָן בײנער אונטער דעם;

מאַך זידן זײַן זידונג,

אַפֿילו זײַנע בײנער זאָלן צעקאָכט װערן אין אים.

6 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײ די בלוטיקע שטאָט, דער טאָפּ װאָס זײַן קױט איז אין אים, און זײַן קױט איז פֿון אים נישט אַרױס! שטיקערװײַז, שטיקערװײַז נעם עס אַרױס; נישט געװאָרפֿן װערן זאָל צו מאָל גורל דערױף. 7 װאָרעם איר בלוט איז אין איר מיט, אױף אַ גלאַטן פֿעלדז האָט זי עס אַרױפֿגעטאָן; זי האָט עס נישט געגאָסן אױף דער ערד, צו פֿאַרדעקן דערױף שטױב. 8 כּדי אױפֿצוברענגען דעם גרימצאָרן, כּדי צו נעמען נקמה, האָב איך אַרױפֿגעטאָן איר בלוט אױף אַ גלאַטן פֿעלדז, אַז עס זאָל נישט פֿאַרדעקט װערן. 9 דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: װײ די בלוטיקע שטאָט! איך אױך װעל גרױס מאַכן דעם הױפֿן. 10 מער דאָס האָלץ, צינד אָן דאָס פֿײַער, צעגענץ דאָס פֿלײש, און קאָך דאָס געקעכטס, אַז די בײנער זאָלן צעברענט װערן. 11 און לאָז אים שטײן אױף זײַנע קױלן אַ לײדיקן, כּדי ער זאָל דערהיצט װערן, און זײַן קופּער זאָל צעברענט װערן, און צעשמאָלצן װערן זאָל אין אים זײַן אומרײנקײט, זײַן שמוץ זאָל פֿאַרלענדט װערן. 12 די כּוחות האָט ער פֿאַרמאַטערט, אָבער זײַן פֿיל שמוץ גײט פֿון אים נישט אַרױס – דער געשטאַנק פֿון זײַן שמוץ. 13 פֿון װעגן דײַן שענדלעכער אומרײנקײט, װײַל איך האָב דיך גערײניקט, און ביסט פֿון דײַן אומרײנקײט נישט רײן געװאָרן, װעסטו מער נישט רײן װערן, ביז איך באַרו מײַן גרימצאָרן אױף דיר. 14 איך ה׳ האָב גערעדט; עס געשעט, און איך װעל עס טאָן. איך װעל נישט נאַכלאָזן, און נישט שױנען, און נישט חרטה האָבן; לױט דײַנע װעגן און לױט דײַנע מעשׂים טוט מען דיך משפּטן, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

15 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 16 מענטשנקינד, זע, איך נעם אַװעק פֿון דיר די גלוסטונג פֿון דײַנע אױגן דורך אַ שלאַק, אָבער זאָלסט נישט קלאָגן און נישט װײנען, און אַ טרער זאָל בײַ דיר נישט גײן. 17 זיפֿץ שטילערהײט; קײן טױטנטרױער זאָלסטו נישט מאַכן; דײַן קאָפּדעק בינד אָן אױף דיך, און דײַנע שיך זאָלסטו אָנטאָן אױף דײַנע פֿיס, און זאָלסט נישט פֿאַרדעקן די אױבערשטע ליפּ, און דאָס ברױט פֿון מענטשן זאָלסטו נישט עסן. 18 און איך האָב גערעדט צו דעם פֿאָלק אין דער פֿרי, און אין אָװנט איז מײַן װײַב געשטאָרבן. און איך האָב געטאָן אין דער פֿרי אַזױ װי איך בין באַפֿױלן געװאָרן.

19 האָט דאָס פֿאָלק צו מיר געזאָגט: װילסטו אונדז נישט זאָגן, װאָס באַטײַט דאָס דאָזיקע פֿאַר אונדז, אַז דו טוסט אַזױ? 20 האָב איך צו זײ געזאָגט: דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 21 זאָג צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: זע, איך פֿאַרשװעך מײַן מִקדָש, דעם שטאָלץ פֿון אײַער מאַכט, די גלוסטונג פֿון אײַערע אױגן, און די שמאַכטעניש פֿון אײַער זעל; און אײַערע זין און אײַערע טעכטער װאָס איר האָט איבערגעלאָזן, װעלן דורכן שװערד פֿאַלן. 22 און איר װעט טאָן אַזױ װי איך האָב געטאָן: די אױבערשטע ליפּ װעט איר נישט פֿאַרדעקן, און ברױט פֿון מענטשן װעט איר נישט עסן. 23 און אײַערע קאָפּדעקן װעלן זײַן אױף אײַערע קעפּ, און אײַערע שיך אױף אײַערע פֿיס; נישט איר װעט קלאָגן און נישט איר װעט װײנען; און איר װעט אײַנגײן פֿאַר אײַערע זינד, און קרעכצן אײנער צום אַנדערן. 24 און יחֶזקֵאל װעט אײַך זײַן פֿאַר אַ צײכן; אַזױ װי אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, װעט איר טאָן. אַז דאָס װעט געשען, װעט איר װיסן אַז איך בין אֲדֹנָי ה׳.

25 און דו מענטשנקינד, פֿאַר װאָר, אין דעם טאָג װאָס איך נעם אַװעק פֿון זײ זײער פֿעסטונג, די פֿרײד פֿון זײער שײנקײט, די גלוסטונג פֿון זײערע אױגן, און דעם באַגער פֿון זײער זעל, זײערע זין און זײערע טעכטער, 26 אין יענעם טאָג װעט קומען צו דיר אַן אַנטרונענער, דאָס צו מאַכן הערן אין דײַנע אױערן. 27 אין יענעם טאָג װעט דײַן מױל געעפֿנט װערן צום אַנטרונענעם, און װעסט רעדן, און מער נישט שטום זײַן; און װעסט זײ זײַן פֿאַר אַ צײכן; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-