1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
2 און דו מענטשנקינד, הײב אױף אַ קלאָג אױף צוֹר,
3 און זאָלסט זאָגן צו צוֹר,
װאָס זיצט בײַ די אײַנגאַנגען פֿון ים,
װאָס האַנדלט מיט פֿעלקער אין אינדזלען פֿיל:
אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳:
צוֹר, דו האָסט געזאָגט:
איך בין פֿאַרפֿול אין שײנקײט.
4 אין האַרצן פֿון די ימען זײַנען דײַנע געמאַרקן,
דײַנע בױערס האָבן דײַן שײנקײט פֿאַרפֿולט.
5 פֿון ציפּרעסן פֿון שׂניר
האָבן זײ דיר אַלע ברעטער געבױט;
צעדער פֿון לבֿנוֹן האָבן זײ גענומען
צו מאַכן מאַסטן פֿאַר דיר.
6 פֿון אײכנבײמער פֿון בָשָן
האָבן זײ דײַנע רודערס געמאַכט;
דײַן דעק האָבן זײ געמאַכט
פֿון עלפֿנבײן מיט בוקסנהאָלץ
פֿון די אינדזלען פֿון די כִּתּים.
7 לײַנען מיט שטיקערײַ פֿון מִצרַיִם
איז דײַן זאַגל געװען,
דיר צו זײַן פֿאַר אַ פֿאָן;
בלאָ און פּורפּל פֿון די אינדזלען פֿון אֶלישָה
איז דײַן איבערדעק געװען.
8 די באַװױנער פֿון צידון און אַרוַד
זײַנען דיר רודערערס געװען;
דײַנע קלוגע לײַט, צוֹר, זײַנען אין דיר געװען,
זײ זײַנען דײַנע שיפֿפֿירער געװען.
9 די עלטסטע פֿון גבֿל און אירע קלוגע לײַט
זײַנען אין דיר געװען דײַנע שפּאַלטנפֿאַרריכטער;
אַלע שיפֿן פֿון ים מיט זײערע שיפֿלײַט
זײַנען אין דיר געװען, צו האַנדלען דײַן האַנדל.
10 פָּרַס און לוד און פּוּט זײַנען אין דײַן חיל געװען, דײַנע לײַט פֿון מלחמה; שילד און קיװער האָבן זײ אױפֿגעהאַנגען אין דיר, זײ האָבן דיר שײנקײט געגעבן. 11 די זין פֿון אַרוַד און חֵילֵך אױף דײַנע מױערן רונד אַרום, און די גַמָדים זײַנען אין דײַנע טורעמס געװען; זײערע שילדן האָבן זײ אױפֿגעהאַנגען אױף דײַנע מױערן רונד אַרום; זײ האָבן דײַן שײנקײט פֿאַרפֿולט. 12 תַּרְשִיש איז דײַן סוֹחר געװען, פֿון װעגן דער פֿילקײט פֿון אַלערלײ גוטס; מיט זילבער, אײַזן, צין, און בלײַ, האָבן זײ פֿאַר דײַנע סחורות אָפּגעגעבן. 13 יָוָן, תּובַֿל, און מֶשֶך, זײ זײַנען דײַנע האַנדלסלײַט געװען; נפֿשות פֿון מענטשן און קופּערנע כּלים האָבן זײ דיר אין האַנדל געגעבן. 14 פֿון דעם הױז פֿון תּוֹגַרמָה פֿערד און רײַטער און מױלאײזלען האָט מען פֿאַר דײַנע סחורות געגעבן. 15 די זין פֿון דדָן זײַנען דײַנע האַנדלסלײַט געװען; פֿיל אינדזלען זײַנען געװען די סחורה פֿון דײַן האַנט; הערנער פֿון עלפֿנבײן און עבנהאָלץ האָבן זײ דיר אָפּגאָב געבראַכט. 16 אַרָם איז דײַן סוֹחר געװען, פֿון װעגן פֿיל געשעפֿטן דײַנע; מיט גאַרפֿונקל, פּורפּל, און שטיקערײַ, און פֿײַנלײַנען, און קאַרעלן, און רובין, האָבן זײ פֿאַר דײַנע סחורות אָפּגעגעבן. 17 יהוּדה און דאָס לאַנד פֿון יִשׂרָאֵל, זײ זײַנען דײַנע האַנדלסלײַט געװען; װײץ פֿון מנית, און זיסװאַרג, און האָניק און אײל, און באַלזאַם, האָבן זײ דיר אין האַנדל געגעבן. 18 דַמֶשֶׂק איז דײַן סוֹחר געװען, צוליב די פֿיל געשעפֿטן דײַנע, פֿון װעגן דער פֿילקײט פֿון אַלערלײ גוטס, אין װײַן פֿון חֶלבון, און װײַסער װאָל. 19 וְדָן און יָוָן האָבן געגעבן געשפּינס פֿאַר דײַנע סחורות; שמידאײַזן, קאַנײל, און געװירצראָר זײַנען געװען אין דײַן האַנדל. 20 דדָן האָט געהאַנדלט מיט דיר אין טײַערע בגדים צום רײַטן. 21 אַראַביאַ און אַלע פֿירשטן פֿון קֵדָר, זײ זײַנען די סוחרים פֿון דײַן האַנט געװען; אין לעמער, און װידערס, און בעק, דערין זײַנען זײ דײַנע סוחרים געװען. 22 די האַנדלסלײַט פֿון שבֿאָ און רַעְמָה, זײ זײַנען דײַנע האַנדלסלײַט געװען; מיטן בעסטן פֿון אַלערלײ בשׂמים, און מיט אַלערלײ טײַער געשטײן, און גאָלד, האָבן זײ פֿאַר דײַנע סחורות אָפּגעגעבן. 23 חָרָן און כַּנֵה און עֵדֶן, די האַנדלסלײַט פֿון שבֿאָ; און אַזױ האָבן די סוחרים פֿון אשור און כַּלמד מיט דיר. 24 זײ זײַנען דײַנע האַנדלסלײַט געװען אין פּראַכטצײגן, אין בלאָע מאַנטלען און שטיקערײַ, און אין קאַסטנס מיט פֿאַרביקע טוכן, פֿאַרבונדן מיט שטריק, און באַפֿעסטיקט – אױף דײַן מאַרק. 25 די שיפֿן פֿון תַּרְשִיש האָבן דיר דײַן האַנדל געבראַכט. און האָסט זיך אָנגעפֿילט, און ביסט זײער שװער געװען, אין האַרץ פֿון די ימען.
26 אין גרױסע װאַסערן
האָבן דיך דײַנע רודערערס געבראַכט;
דער מזרח-װינט האָט דיך צעבראָכן
אין האַרצן פֿון די ימען.
27 דײַן גוטס און דײַנע סחורות,
דײַן האַנדל, דײַנע שיפֿלײַט, און דײַנע שיפֿפֿירער,
דײַנע שפּאַלטנפֿאַרריכטער,
און די הענדלער פֿון דײַן האַנדל,
און אַלע דײַנע מלחמה-לײַט װאָס אין דיר,
און מיט אַל דײַן געזעמל װאָס אין דײַן מיט,
װעלן אַרײַנפֿאַלן אין האַרצן פֿון די ימען,
אין טאָג פֿון דײַן פֿאַלן.
28 פֿון דעם װײגעשרײ פֿון דײַנע שיפֿפֿירער
װעלן שטורעמען די אינדן.
29 און נידערן װעלן פֿון זײערע שיפֿן
אַלע װאָס האַלטן אַ רודער;
די שיפֿלײַט, אַלע שיפֿפֿירער,
װעלן אױף דער ערד בלײַבן שטײן.
30 און זײ װעלן מאַכן הערן זײער קֹול װעגן דיר,
און שרײַען װעלן זײ ביטער;
און זײ װעלן אַרױפֿטאָן שטױב אױף זײערע קעפּ,
אין אַש װעלן זײ זיך קײַקלען.
31 און מאַכן אַ פּליך װעלן זײ נאָך דיר,
און אָנגורטן זאַקקלײדער װעלן זײ,
און װײנען װעלן זײ אױף דיר
מיט אַ ביטער געמיט, אַ קלאָגעניש אַ ביטערע.
32 און אין זײער יאָמער װעלן זײ אױפֿהײבן אױף דיר אַ קלאָג,
און קלאָגן װעלן זײ אױף דיר:
װער איז װי צוֹר געװען
פֿאַראַנקערט אין מיטן פֿון ים!
33 װען דײַנע סחורות פֿלעגן פֿון די ימען אַרױס,
האָסטו פֿיל פֿעלקער אָנגעזעט;
מיט דײַן פֿיל גוטס און דײַן האַנדל
האָסטו רײַך געמאַכט די מלכים פֿון דער ערד.
34 אַצונד אַז דו ביסט צעבראָכן פֿון די ימען,
אין די טיפֿענישן פֿון די װאַסערן,
אַז דײַן האַנדל און אַל דײַן געזעמל
זײַנען געפֿאַלן אין דײַן מיט,
35 װערן אַלע באַװױנער פֿון די אינדזלען
באַנומען איבער דיר,
און זײערע מלכים שױדערן אַ שױדער;
זײער פּנים איז צערודערט.
36 די סוחרים צװישן די פֿעלקער
שמוצערן אױף דיר;
אַ שרעקעניש ביסטו געװאָרן
און ביסט אױף אײביק נישטאָ.