Publicidade

Ezequiel 32

1 און עס איז געװען אין צװעלפֿטן יאָר, אין צװעלפֿטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, איז געװען דאָס װאָרט פֿון ה׳ צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 מענטשנקינד, הײב אױף אַ קלאָג אױף פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און זאָלסט זאָגן צו אים:

צו אַ יונגלײב פֿון די פֿעלקער האָסטו זיך געגליכן;

און ביסט געװען װי אַ קראָקאָדיל אין די ימען,

און האָסט זיך געפּלױשקעט אין דײַנע טײַכן,

און מיט דײַנע פֿיס האָסטו די װאַסערן צעמישט,

און צעקױטיקט זײערע טײַכן.

3 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳:

דערום װעל איך אױסשפּרײטן אױף דיר מײַן נעץ,

מיט אַן אײַנזאַמלונג פֿון פֿיל פֿעלקער,

און זײ װעלן דיך אױפֿברענגען אין מײַן פֿאַנגנעץ.

4 און איך װעל דיך אַװעקװאַרפֿן אױף דער ערד,

אױפֿן פֿרײַען פֿעלד װעל איך דיך אַװעקשלײַדערן;

און איך װעל מאַכן רוען אױף דיר אַלע פֿױגלען פֿון הימל,

און װעל אָנזעטן מיט דיר אַלע חיות פֿון דער ערד.

5 און איך װעל אַהינטאָן דײַן פֿלײש אױף די בערג,

און װעל אָנפֿילן די טאָלן מיט דײַן װערעמדיקײט.

6 און איך װעל אָנטרינקען דאָס לאַנד מיט דײַן בלוט,

מיט דײַן בלוט פֿלײץ ביז די בערג;

און די גראָבנס װעלן אָנגעפֿילט װערן מיט דיר.

7 און װען איך לעש דיך אױס,

װעל איך צודעקן די הימלען,

און װעל פֿינצטער מאַכן זײערע שטערן;

די זון, זי װעל איך מיט אַ װאָלקן פֿאַרדעקן,

און די לבֿנה װעט נישט לײַכטן איר ליכט.

8 אַלע ליכטיקע ליכטער אין הימל,

זײ װעל איך מאַכן פֿינצטער איבער דיר,

און איך װעל געבן אַ חושך אױף דײַן לאַנד,

זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

9 און איך װעל פֿאַראומערן דאָס האַרץ פֿון פֿיל פֿעלקער, װען איך ברענג דײַן בראָך צװישן די פֿעלקער, אין לענדער װאָס דו קענסט זײ נישט. 10 און איך װעל מאַכן באַנומען װערן װעגן דיר פֿיל פֿעלקער, און זײערע מלכים װעלן שױדערן אַ שױדער װעגן דיר, װען איך פֿאָך מײַן שװערד פֿאַר זײער פּנים; און זײ װעלן ציטערן אַלע רגע, איטלעכער פֿאַר זײַן לעבן, אין טאָג פֿון דײַן פֿאַלן.

11 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: די שװערד פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל װעט קומען אױף דיר. 12 דורך די שװערדן פֿון גיבוֹרים װעל איך מאַכן פֿאַלן דײַן המון; די פֿאָרכטיקסטע פֿון די פֿעלקער זײַנען זײ אַלע.

און זײ װעלן פֿאַרװיסטן דעם שטאָלץ פֿון מִצרַיִם,

און פֿאַרטיליקט װערן װעט איר גאַנצער המון.

13 און איך װעל אונטערברענגען אַלע אירע בהמות פֿון לעבן די פֿיל

װאַסערן;

און זײ װעט מער נישט צעמישן אַ פֿוס פֿון אַ מענטשן,

און קלױען פֿון אַ בהמה װעלן זײ נישט צעמישן.

14 דענצמאָל װעל איך מאַכן אָפּשטײן זײערע װאַסערן,

און זײערע טײַכן װעל איך װי בױמל מאַכן גײן,

זאָגט אֲדֹנָי ה׳,

15 װען איך מאַך דאָס לאַנד מִצרַיִם אַ װיסט און װיסטעניש,

אַ לאַנד אָן איר פֿולקײט,

װען איך שלאָג אַלע װױנער אין איר;

און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.

16 אַ קלאָגליד איז דאָס, און קלאָגן װעט מען עס; די טעכטער פֿון די פֿעלקער װעלן עס קלאָגן; אױף מִצרַיִם און אױף איר גאַנצן המון װעלן זײ עס קלאָגן, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

17 און עס איז געװען אין צװעלפֿטן יאָר, אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון חודש איז געװען דאָס װאָרט פֿון ה׳ צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 18 מענטשנקינד, יאָמער אױף דעם המון פֿון מִצרַיִם, און מאַך זײ נידערן – זי מיט די טעכטער פֿון מאַכטיקע פֿעלקער, אין דער אונטערשטער ערד, מיט די גענידערטע אין גרוב.

19 פֿון װעמען ביסטו בעסער?

נידער אַראָפּ, און װער געלײגט מיט די אומבאַשניטענע.

20 צװישן דערשלאָגענע פֿון שװערד זאָלן זײ פֿאַלן; צו דער שװערד איז זי איבערגעגעבן געװאָרן; שלעפּט זי אַראָפּ מיט איר גאַנצן המון. 21 די שטאַרקסטע גיבוֹרים װעלן רעדן פֿון אים מיט זײַנע העלפֿער פֿון מיטן דער שְׁאֹול; זײ האָבן גענידערט, זיך געלײגט, די אומבאַשניטענע, דערשלאָגענע פֿון שװערד.

22 דאָרטן איז אשור מיט איר גאַנצן געזעמל – רונד אַרום איר אירע קבֿרים; אַלע דערשלאָגענע, געפֿאַלן פֿון שװערד – 23 װאָס אירע קבֿרים זײַנען פֿאַרלײגט אין די עקן פֿון גרוב, און איר געזעמל איז רונד אַרום איר קבֿר; אַלע דערשלאָגענע, געפֿאַלן פֿון שװערד, װאָס האָבן אָנגעװאָרפֿן אַ שרעק אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע.

24 דאָרטן איז עֵילָם מיט איר גאַנצן המון רונד אַרום איר קבֿר; אַלע דערשלאָגענע, געפֿאַלן פֿון שװערד, װאָס האָבן גענידערט אומבאַשניטענע אין דער אונטערשטער ערד, װאָס האָבן אָנגעװאָרפֿן זײער שרעק אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע, און זײ טראָגן זײער שאַנד מיט די גענידערטע אין גרוב. 25 צװישן דערשלאָגענע האָט מען איר אַ געלעגער געגעבן מיט איר גאַנצן המון; רונד אַרום איר אירע קבֿרים; אַלע אומבאַשניטענע, דערשלאָגן פֿון שװערד; װײַל זײער שרעק איז געװען אָנגעװאָרפֿן אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע, דערום טראָגן זײ זײער שאַנד מיט די גענידערטע אין גרוב; צװישן געשלאָגענע זײַנען זײ געלײגט געװאָרן.

26 דאָרטן איז מֶשֶך, תּובַֿל מיט איר גאַנצן המון; רונד אַרום איר אירע קבֿרים; אַלע אומבאַשניטענע, אַרײַנגעשטאָכן פֿון שװערד; װײַל זײ האָבן אָנגעװאָרפֿן זײער שרעק אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע. 27 און די געפֿאַלענע פֿון די אומבאַשניטענע װעלן נישט ליגן מיט די גיבוֹרים װאָס האָבן גענידערט אין שְׁאֹול מיט זײערע כּלי-מלחמה, און זײערע שװערדן האָט מען געלײגט אונטער זײערע קעפּ; װאָרעם זײערע זינד זײַנען אױף זײער געבײן, װײַל דער שרעק פֿון די גיבוֹרים איז געװען אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע. 28 אױך דו װעסט צװישן אומבאַשניטענע צעבראָכן װערן, און ליגן מיט דערשלאָגענע פֿון שװערד.

29 דאָרטן איז אֶדוֹם, אירע מלכים און אַלע אירע פֿירשטן, װאָס זײַנען בײַ אַל זײער גבֿורה געלײגט געװאָרן מיט דערשלאָגענע פֿון שװערד; מיט אומבאַשניטענע ליגן זײ, און מיט די גענידערטע אין גרוב.

30 דאָרטן זײַנען די פֿירשטן פֿון צפֿון אַלע, און אַלע צידוֹנים, װאָס האָבן גענידערט מיט דערשלאָגענע; בײַ אַל זײערע אָנשרעק דורך זײער גבֿורה זײַנען זײ פֿאַרשעמט; און זײ ליגן אומבאַשניטענע מיט דערשלאָגענע פֿון שװערד, און טראָגן זײער שאַנד מיט די גענידערטע אין גרוב.

31 זײ װעט פַּרעה זען, און װעט זיך טרײסטן אױף זײַן גאַנצן המון, די דערשלאָגענע פֿון שװערד – פַּרעה מיט זײַן גאַנצן חיל, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 32 װאָרעם איך טו װאַרפֿן מײַן שרעק אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע; און ער װעט געלײגט װערן צװישן אומבאַשניטענע, מיט דערשלאָגענע פֿון שװערד – פַּרעה מיט זײַן גאַנצן המון, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-