1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 מענטשנקינד, טו דײַן פּנים צו די בערג פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָג נבֿיאות צו זײ, 3 און זאָלסט זאָגן: איר בערג פֿון יִשׂרָאֵל, הערט דאָס װאָרט פֿון אֲדֹנָי ה׳: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳ צו די בערג און צו די הײכן, צו די גראָבנס און צו די טאָלן: זעט, איך ברענג אױף אײַך אַ שװערד, און װעל אונטערברענגען אײַערע בָמות. 4 און פֿאַרװיסט װערן װעלן אײַערע מזבחות, און צעבראָכן װערן װעלן אײַערע זונזײַלן; און איך װעל מאַכן פֿאַלן אײַערע דערשלאָגענע פֿאַר אײַערע אָפּגעטער. 5 און איך װעל אַהינטאָן די פּגָרים פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר זײערע אָפּגעטער, און איך װעל צעשפּרײטן אײַערע בײנער רונד אַרום אײַערע מזבחות. 6 אין אַלע אײַערע װױנערטער װעלן די שטעט חרובֿ װערן, און די בָמות װעלן פֿאַרװיסט װערן; כּדי חרובֿ און װיסט װערן זאָלן אײַערע מזבחות, און צעבראָכן און צעשטערט װערן זאָלן אײַערע אָפּגעטער, און אָפּגעהאַקט װערן זאָלן אײַערע זונזײַלן, און אױסגעמעקט װערן זאָלן אײַערע װערק. 7 און פֿאַלן װעלן דערשלאָגענע צװישן אײַך, און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳.
8 אָבער איך װעל לאָזן אַן איבערבלײַב: אַז איר זאָלט האָבן אַנטרונענע פֿון שװערד צװישן די פֿעלקער, װען איר װערט צעשפּרײט אין די לענדער. 9 און אײַערע אַנטרונענע װעלן מיך דערמאָנען צװישן די פֿעלקער װאָס זײ זײַנען געפֿאַנגען געװאָרן אַהין, װי אַזױ איך בין געװען צעבראָכן פֿון װעגן זײער פֿאַרפֿירטן האַרצן װאָס האָט זיך אָפּגעקערט פֿון מיר, און פֿון װעגן זײערע אױגן װאָס זײַנען געװען פֿאַרפֿירט נאָך זײערע אָפּגעטער; און זײ װעלן זיך עקלען פֿאַר זיך אַלײן, װעגן די בײזן װאָס זײ האָבן געטאָן בײַ אַלע זײערע אומװערדיקײטן. 10 און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳; נישט אומזיסט האָב איך גערעדט זײ צו טאָן דאָס דאָזיקע בײז.
11 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: פּאַטש מיט דײַן האַנט, און קלאַפּ מיט דײַן פֿוס, און זאָג: װײ אױף אַלע בײזע אומװערדיקײטן פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל; װאָרעם פֿון שװערד, פֿון הונגער, און פֿון פּעסט, װעלן זײ פֿאַלן. 12 דער װײַטער װעט פֿון פּעסט שטאַרבן, און דער נאָנטער װעט פֿון שװערד פֿאַלן, און דער געבליבענער און באַלעגערטער װעט פֿון הונגער שטאַרבן: און איך װעל אױסלאָזן מײַן גרימצאָרן אױף זײ. 13 און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳, װען זײערע דערשלאָגענע װעלן זײַן צװישן זײערע אָפּגעטער רונד אַרום זײערע מזבחות, אױף יעטװעדער הױכן בערגל, אױף אַלע שפּיצן בערג, און אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם, און אונטער יעטװעדער געדיכטן אײכנבױם, אין דעם אָרט װאָס זײ האָבן דאָרטן געגעבן אַ געשמאַקן רֵיח צו אַלע זײערע אָפּגעטער. 14 און איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף זײ, און װעל מאַכן דאָס לאַנד אַ װיסט און װיסטעניש מער פֿון מדבר דִבֿלָה, אין אַלע זײערע װױנערטער; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.