1 אין צענטן יאָר, אין צענטן חודש, אין צװעלפֿטן טאָג פֿון חודש איז געװען דאָס װאָרט פֿון ה׳ צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 מענטשנקינד, טו דײַן פּנים צו פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און זאָג נבֿיאות אױף אים, און אױף מִצרַיִם אין גאַנצן; 3 רעד, און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳:
זע, איך קום אױף דיר פַּרעה,
מלך פֿון מִצרַיִם,
דער גרױסער קראָקאָדיל, װאָס הױערט אין זײַנע טײַכן,
װאָס זאָגט: מיר געהערט מײַן טײַך,
און איך האָב אים מיר געמאַכט.
4 און איך װעל אַרײַנטאָן רינגען אין דײַנע קינבאַקן,
און װעל באַהעפֿטן די פֿיש פֿון דײַנע טײַכן אָן דײַנע שופּן;
און איך װעל דיך אױפֿברענגען פֿון דײַנע טײַכן,
מיט אַלע פֿיש פֿון דײַנע טײַכן
װאָס װעלן אָן דײַנע שופּן באַהעפֿט זײַן.
5 און איך װעל דיך אַװעקװאַרפֿן אין מדבר,
דיך מיט אַלע פֿיש פֿון דײַנע טײַכן;
אױפֿן פֿרײַען פֿעלד װעסטו זיך װאַלגערן,
נישט אױפֿגעזאַמלט און נישט אױפֿגעקליבן װעסטו װערן;
צו דער חיה פֿון דער ערד,
און צום פֿױגל פֿון הימל,
האָב איך דיך געגעבן פֿאַר אַ שפּײַז.
6 און אַלע באַװױנער פֿון מִצרַיִם װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.
װײַל זײ זײַנען געװען אַ שטעקן פֿון ראָר, פֿאַר דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל. 7 אַז זײ האָבן דיך אָנגענומען אין האַנט, פֿלעגסטו זיך צעשפּאַלטן, און זײ דעם גאַנצן אַקסל צערײַסן; און אַז זײ האָבן זיך אָנגעלענט אױף דיר, פֿלעגסטו זיך צעברעכן, און זײ די גאַנצע לענדן לײמען. 8 דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: זע, איך ברענג אױף דיר אַ שװערד, און װעל פֿאַרשנײַדן פֿון דיר מענטשן און בהמות. 9 און דאָס לאַנד מִצרַיִם װעט זײַן װיסט און חרובֿ, און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.
װײַל ער האָט געזאָגט: דער טײַך געהערט מיר, און איך האָב אים געמאַכט, 10 דערום זע, איך קום צו דיר, און צו דײַנע טײַכן, און װעל מאַכן דאָס לאַנד מִצרַיִם פֿאַר חורבֿות, אַ חרובֿ װיסטעניש, פֿון מִגדוֹל ביז סוֵנֵה, און ביז דעם געמאַרק פֿון כּוּש. 11 נישט דורכגײן װעט אַ פֿוס פֿון אַ מענטשן אין איר, און נישט אַ פֿוס פֿון אַ בהמה װעט דורכגײן אין איר, און זי װעט נישט זײַן באַװױנט פֿערציק יאָר. 12 און איך װעל מאַכן דאָס לאַנד מִצרַיִם אַ װיסטעניש צװישן פֿאַרװיסטע לענדער, און אירע שטעט, צװישן חרבֿע שטעט, װעלן זײַן אַ װיסטעניש פֿערציק יאָר; און איך װעל צעשפּרײטן מִצרַיִם צװישן די פֿעלקער, און װעלן זײ צעװאַרפֿן אין די לענדער.
13 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: צום סוף פֿון פֿערציק יאָר, װעל איך אײַנזאַמלען מִצרַיִם פֿון די פֿעלקער װאָס זײ זײַנען צעשפּרײט געװאָרן אַהין. 14 און איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון מִצרַיִם, און װעל זײ צוריקקערן קײן לאַנד פַּתרוֹס, אין דעם לאַנד פֿון זײער אָפּשטאַמונג; און זײ װעלן דאָרטן זײַן אַ שָפֿלע מלוכה. 15 די שָפֿלסטע פֿון די מלוכות װעט זי זײַן, און זי װעט זיך מער נישט איבערנעמען איבער די פֿעלקער; און איך װעל זײ פֿאַרמינערן, נישט צו געװעלטיקן איבער די פֿעלקער. 16 און זײ װעלן מער נישט זײַן דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר אַ פֿאַרזיכערונג װאָס מאַכט דערמאָנען זינד, װען זײ קערן זיך נאָך זײ; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין אֲדֹנָי ה׳.
17 און עס איז געװען אין זיבן און צװאַנציקסטן יאָר, אין ערשטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, איז געװען דאָס װאָרט פֿון ה׳ צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 18 מענטשנקינד, נבֿוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל האָט געמאַכט זײַן חיל דינען אַ שװערן דינסט אַקעגן צוֹר; איטלעכער קאָפּ איז אױסגעקראָכן, און איטלעכער אַקסל איז אָפּגעריבן; און שׂכַר האָט ער נישט געקראָגן פֿאַר זיך און פֿאַר זײַן חיל פֿון צוֹר פֿאַר דעם דינסט װאָס ער האָט געדינט אַקעגן איר. 19 דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: זע, איך גיב נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל דאָס לאַנד מִצרַיִם, און ער װעט אַװעקטראָגן איר שפֿע, און רױבן איר זאַקרױב, און ראַבעװען איר רױב; און דאָס װעט זײַן דער שׂכַר פֿאַר זײַן חיל. 20 פֿאַר זײַן לױן װאָס ער האָט אום דעם געדינט, האָב איך אים געגעבן דאָס לאַנד מִצרַיִם, װײַל זײ האָבן געאַרבעט פֿאַר מיר, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
21 אין יענעם טאָג װעל איך מאַכן שפּראָצן דעם האָרן פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, און דיר װעל איך געבן אַן אָפֿן מױל צװישן זײ; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.