1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
2 גײ און זאָלסט רופֿן אין די אױערן פֿון ירושָלַיִם, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
איך געדענק דיר די גינציקײט פֿון דײַן יוגנט,
די ליבשאַפֿט פֿון דײַן כּלה-צײַט;
דײַן גײן נאָך מיר אין דער מדבר,
אין אַ לאַנד נישט געזײט.
3 הײליק בײַ ה׳ איז יִשׂרָאֵל,
דאָס ערשטע פֿון זײַן תּבֿואה;
אַלע זײַנע פֿאַרצערער װעלן שולדיק זײַן;
אַ בײזעניש װעט קומען אױף זײ,
זאָגט ה׳.
4 הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳, איר הױז פֿון יעקבֿ, און אַלע משפּחות פֿון הױז פֿון יִשׂרָאֵל; 5 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
װאָס האָבן אײַערע עלטערן אין מיר אַן עװלה געפֿונען,
װאָס זײ האָבן זיך דערװײַטערט פֿון מיר,
און געגאַנגען נאָך נישט און נישטיק געװאָרן?
6 און זײ האָבן נישט געזאָגט: װוּ איז ה׳
װאָס האָט אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם,
װאָס האָט אונדז געפֿירט דורכן מדבר,
דורך אַ לאַנד פֿון װיסטעניש און גריבער,
דורך אַ לאַנד פֿון טריקעניש און טױטשאָטן,
דורך אַ לאַנד װאָס קײן מענטש איז נישט דורכגעגאַנגען דערין,
און קײן מוטערמענטש האָט נישט געװױנט דאָרטן?
7 און איך האָב אײַך געבראַכט אין אַ פֿרוכטיקן לאַנד,
צו עסן איר פֿרוכט און איר גוטס;
אָבער איר זײַט געקומען און האָט פֿאַראומרײניקט מײַן לאַנד,
און האָסט געמאַכט מײַן נחלה פֿאַר אַן אומװערדיקײט.
8 די כּהנים האָבן נישט געזאָגט: װוּ איז ה׳?
און די אױפֿהאַלטער פֿון דער תּורה האָבן מיך נישט געקענט,
און די פּאַסטוכער האָבן געבראָכן אָן מיר,
און די נבֿיאים האָבן נבֿיאות געזאָגט פֿאַר בַעַל,
און נאָך די װאָס נוצן נישט, זײַנען זײ געגאַנגען.
9 דערום װעל איך נאָך קריגן מיט אײַך,
זאָגט ה׳,
און מיט אײַערע קינדס-קינדער װעל קריגן.
10 װאָרעם פֿאָרט דורך די אינדזלען פֿון די כִּתּים, און זעט,
און קײן קֵדָר שיקט, און קוקט זיך גוט צו,
און זעט אױב אַזױנס איז געשען.
11 האָט דען אַ פֿאָלק פֿאַרביטן זײַנע ג‑טער?
װאָס זײ זײַנען קײן ג‑טער נישט;
און מײַן פֿאָלק האָט פֿאַרביטן זײַן כּבֿוד
אױף װאָס נוצט נישט.
12 גרױלט איר הימלען איבער דעם,
און שױדערט, װערט באַנומען ביז גאָר,
זאָגט ה׳.
13 װאָרעם אַ צװײַעדיק בײז האָט געטאָן מײַן פֿאָלק:
זײ האָבן פֿאַרלאָזן מיך, דעם קװאַל פֿון לעבעדיקע װאַסער,
זיך צו האַקן ברונעמער, צעבראָכענע ברונעמער,
װאָס קענען דאָס װאַסער נישט האַלטן.
14 איז אַ קנעכט יִשׂרָאֵל?
צי אַ הױזגעבאָרענער שקלאַף איז ער?
פֿאַר װאָס איז ער צו רױב געװאָרן?
15 אױף אים ברילן די יונגלײבן, זײ לאָזן אַרױס זײער קֹול,
און זײ האָבן געמאַכט זײַן לאַנד צו װיסט;
זײַנע שטעט זענען פֿאַרװיסט געװאָרן, אָן אַ באַװױנער.
16 אױך די זין פֿון נוֹף און תַּחְפַּנְחֵס
װעלן אױף דײַן שאַרבן צעבראָכן.
17 פֿאַר װאָר, דאָס האָט דיר אָנגעמאַכט
װאָס דו האָסט פֿאַרלאָזן ה׳ דײַן ג-ט,
בעת ער האָט דיך אױפֿן װעג געפֿירט.
18 און אַצונדערט װי קומסטו אױפֿן װעג קײן מִצרַיִם,
צו טרינקען דאָס װאַסער פֿון שיחוֹר?
און װי קומסטו אױפֿן װעג קײן אשור,
צו טרינקען דאָס װאַסער פֿון טײַך?
19 דײַן שלעכטיקײט װעט דיך אָנלערנען,
און דײַנע אָפּקערונגען װעלן דיך שטראָפֿן;
און װײס און זע, אַז שלעכט איז און ביטער
װאָס דו האָסט פֿאַרלאָזן ה׳ דײַן ג-ט,
און מײַן מורא איז נישט אױף דיר,
זאָגט אֲדֹנָי ה׳ צבָֿאוֹת.
20 װאָרעם פֿון אײביק אָן האָב איך צעבראָכן דײַן יאָך,
צעריסן דײַנע בינדשטריק,
און דו האָסט געזאָגט: איך װעל נישט דינען;
אָבער אױף יעטװעדער הױכן בערגל,
און אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם,
שטרעקסטו װי אַ זוֹנה זיך אױס.
21 און איך האָב דיך געפֿלאַנצט אַ װױל װײַנריטל,
לױטער ריכטיקן זאָמען;
און װי ביסטו מיר פֿאַרקערט געװאָרן
אין װיל װוּקסן פֿון פֿרעמדן װײַנשטאָק!
22 װאָרעם, אַז דו זאָלסט זיך װאַשן מיט לױג,
און זאָלסט מערן אױף דיר זײף,
איז געפֿלעקט דײַן זינד פֿאַר מיר,
זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
23 װי קענסטו זאָגן: איך האָב מיך נישט פֿאַראומרײניקט,
נאָך די בַעַל-געטער בין איך נישט געגאַנגען?
זע דײַן פֿירונג אין טאָל,
מערק װאָס דו האָסט געטאָן,
דו פֿלינקע קעמעלין, װאָס פֿאַרדרײט אירע װעגן;
24 אַ װילדע אײזעלין צום מדבר געװױנט,
װאָס שלינגט דעם װינט אין דער גלוסטונג פֿון איר זעל;
פֿון איר פּאָרונג װער קען זי אָפּהאַלטן?
אַלע אירע זוכער דאַרפֿן זיך נישט אײַנמיען,
אין איר חודש װעלן זײ זי געפֿינען.
25 פֿאַרמײַד דײַן פֿוס פֿון באָרװעס זײַן,
און דײַן קעל פֿון דאָרשטיקײט;
אָבער דו האָסט געזאָגט: אומזיסט, נײן!
נײַערט פֿרעמדע האָב איך ליב,
און נאָך זײ װעל איך גײן.
26 װי די שאַנד פֿון אַ גנבֿ אַז ער װערט געפֿונען,
אַזױ איז צו שאַנד דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל,
זײ, זײערע מלכים, זײערע האַרן,
און זײערע כּהנים, און זײערע נבֿיאים.
27 זײ זאָגן צו אַ האָלץ: ביסט מײַן פֿאָטער!
און צו אַ שטײן: דו האָסט אונדז געבאָרן!
װאָרעם זײ האָבן געקערט דעם רוקן צו מיר,
און נישט דעם פּנים;
נאָר אין צײַט פֿון זײער אומגליק זאָגן זײ:
שטײ אױף און העלף אונדז.
28 און װוּ זײַנען דײַנע ג‑טער
װאָס דו האָסט דיר געמאַכט?
זאָלן זײ אױפֿשטײן אױב זײ קענען דיר העלפֿן
אין צײַט פֿון דײַן אומגליק;
װאָרעם אַזױ װי די צאָל פֿון דײַנע שטעט,
זײַנען דײַנע ג‑טער, יהוּדה.
29 פֿאַר װאָס קריגט איר אױף מיר?
איר אַלע האָט װידערגעשפּעניקן אָן מיר,
זאָגט ה׳.
30 אומזיסט האָב איך געשלאָגן אײַערע קינדער,
זײ האָבן קײן מוסר נישט גענומען;
אײַער שװערד האָט פֿאַרצערט אײַערע נבֿיאים,
װי אַ מערדערישער לײב.
31 איר דור, זעט דאָס װאָרט פֿון ה׳:
בין איך דען געװען אַ מדבר צו יִשׂרָאֵל?
צי אַ לאַנד פֿון שטאָקפֿינצטערניש?
פֿאַר װאָס זאָגט מײַן פֿאָלק: מיר װילן זיך אומטרײַבן,
מיר װעלן מער נישט קומען צו דיר?
32 קען אַ יונגפֿרױ פֿאַרגעסן איר צירונג,
אַ כּלה אירע שלײפֿן?
און מײַן פֿאָלק האָט מיך פֿאַרגעסן
טעג אָן אַ צאָל.
33 װי פֿאַרבעסערסטו דײַן װעג ליבשאַפֿט צו זוכן!
פֿאַר װאָר, אַפֿילו די ערגסטע
קענסטו דײַנע װעגן לערנען.
34 אין דײַנע ברעגן געפֿינט זיך אױך בלוט
פֿון נפֿשות פֿון אומשולדיקע אָרימע –
נישט בײַ אַן אײַנברעכונג האָסטו זײ געפֿונען;
אָבער בײַ אַלעם דעם
35 זאָגסטו: פֿאַר װאָר, איך בין אומשולדיק,
זײַן צאָרן האָט זיך געװיס אָפּגעקערט פֿון מיר.
זע, איך משפּט זיך מיט דיר
פֿאַר דײַן זאָגן: איך האָב נישט געזינדיקט.
36 װי זײער װאָלװל דו מאַכסט זיך
צו בײַטן דײַן װעג!
װעסט אױך פֿון מִצרַיִם פֿאַרשעמט װערן,
װי דו ביסט פֿאַרשעמט געװאָרן פֿון אשור.
37 אױך פֿון דעם דאָזיקן װעסטו אַרױסגײן
מיט דײַנע הענט איבער דײַן קאָפּ,
װאָרעם ה׳ פֿאַראַכט דײַנע בטחונות,
און װעסט מיט זײ נישט באַגליקן.