Publicidade

Jeremias 37

1 און צִדקִיָהו דער זון פֿון יֹאשִיָהון איז געװאָרן מלך אױף דעם אָרט פֿון כֳּניָהו דעם זון פֿון יהוֹיָקימען, װאָס נבֿוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל האָט געמאַכט פֿאַר אַ מלך אין לאַנד יהוּדה. 2 און ער און זײַנע קנעכט און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד האָבן נישט צוגעהערט צו די װערטער פֿון ה׳, װאָס ער האָט גערעדט דורך יִרמיָהו הנבֿיא.

3 און דער מלך צִדקִיָהו האָט געשיקט יהוכַל דעם, זון פֿון שֶלֶמיָהן, און צפַֿניָהו דעם זון פֿון מַעֲשֵׂיָהן, דעם כּהן, צו יִרמיָהו הנבֿיא, אַזױ צו זאָגן: זײַ, איך בעט דיך, מתפּלל פֿאַר אונדז צו ה׳ אלוקינו. 4 און יִרמיָהו פֿלעגט קומען און גײן צװישן פֿאָלק, װאָרעם מע האָט אים נאָך נישט געהאַט אַרײַנגעגעבן אין תּפֿיסה. 5 און דער חיל פֿון פַּרעהן איז אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם; און די כַּשׂדים װאָס האָבן געלעגערט אױף ירושָלַיִם, האָבן געהערט די הערונג װעגן זײ, און האָבן אָפּגעצױגן פֿון ירושָלַיִם.

6 איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו יִרמיָהו הנבֿיא, אַזױ צו זאָגן: 7 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: אַזױ זאָלט איר זאָגן צו דעם מלך פֿון יהוּדה װאָס שיקט אײַך צו מיר מיך צו פֿרעגן: זע, דער חיל פֿון פַּרעהן װאָס איז אַרױסגעגאַנגען אײַך צו הילף, קערט זיך אום צו זײַן לאַנד, מִצרַיִם. 8 און די כַּשׂדים װעלן זיך אומקערן, און װעלן מלחמה האַלטן אױף דער דאָזיקער שטאָט, און זײ װעלן זי באַצװינגען, און װעלן זי פֿאַרברענען אין פֿײַער. 9 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: איר זאָלט אײַך נישט אײַנרעדן, אַזױ צו זאָגן: אַװעקגײן װעלן אַװעקגײן פֿון אונדז די כַּשׂדים; װאָרעם זײ װעלן נישט אַװעקגײן. 10 װאָרעם אַז איר זאָלט שלאָגן דעם גאַנצן חיל פֿון די כַּשׂדים װאָס האַלטן מלחמה אױף אײַך, און עטלעכע געשטאָכענע זאָלן בלײַבן פֿון זײ, װעלן זײ אױפֿשטײן איטלעכער אין זײַן געצעלט, און װעלן פֿאַרברענען די דאָזיקע שטאָט אין פֿײַער.

11 און עס איז געװען, אַז דער חיל פֿון די כַּשׂדים האָט אָפּגעצױגן פֿון ירושָלַיִם פֿאַר דעם חיל פֿון פַּרעהן, 12 איז יִרמיָהו אַרױסגעגאַנגען פֿון ירושָלַיִם צו גײן קײן לאַנד בנימין, כּדי צו קריגן דאָרטן זײַן חלק ירושה צװישן דעם פֿאָלק. 13 איז, װי ער איז געװען אין טױער פֿון בנימין, איז דאָרטן געװען דער הױפּטמאַן פֿון דער װאַך, װאָס זײַן נאָמען איז געװען יִראיָיה דער זון פֿון שֶלֶמיָהו דעם זון פֿון חַנַניָהן; האָט ער אָנגעכאַפּט יִרמיָהו הנבֿיאן, אַזױ צו זאָגן: צו די כַּשׂדים װילסטו צופֿאַלן. 14 האָט יִרמיָהו געזאָגט: אַ ליגן! איך װיל נישט צופֿאַלן צו די כַּשׂדים. אָבער ער האָט נישט צוגעהערט צו אים, און יִראיָיה האָט אָנגעכאַפּט יִרמיָהון, און האָט אים געבראַכט צו די האַרן. 15 און די האַרן האָבן געצערנט אױף יִרמיָהון, און האָבן אים געשלאָגן, און אים אַרײַנגעגעבן אין געפֿענקעניש, אין הױז פֿון יהוֹנָתָן דעם שרײַבער; װאָרעם דאָס האָט מען געמאַכט פֿאַר אַ תּפֿיסה.

16 אַז יִרמיָהו איז געקומען אין געפֿענקעניש און אין די געװעלבן, און יִרמיָהו איז דאָרטן אָפּגעזעסן פֿיל טעג, 17 האָט דער מלך צִדקִיָהו געשיקט, און האָט אים אַרױסגענומען; און דער מלך האָט אים געפֿרעגט בײַ זיך אין הױז, אין פֿאַרבאָרגעניש, און האָט געזאָגט: פֿאַראַן אַ װאָרט פֿון ה׳? האָט יִרמיָהו געזאָגט: פֿאַראַן; און ער האָט געזאָגט: אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל װעסטו איבערגעגעבן װערן. 18 און יִרמיָהו האָט געזאָגט צום מלך צִדקִיָהון: װאָס האָב איך געזינדיקט קעגן דיר, און קעגן דײַנע קנעכט, און קעגן דעם דאָזיקן פֿאָלק, װאָס איר האָט מיך אַרײַנגעגעבן אין תּפֿיסה? 19 און װוּ זײַנען אײַערע נבֿיאים װאָס האָבן אײַך נבֿיאות געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: דער מלך פֿון בָבֿל װעט נישט קומען אױף אײַך און אױף דעם דאָזיקן לאַנד? 20 און אַצונד, הער צו, איך בעט דיך, מײַן האַר קיניג; זאָל, איך בעט דיך, פֿאַלן מײַן געבעט פֿאַר דיר, און זאָלסט מיך נישט אומקערן אין הױז פֿון יהוֹנָתָן דעם שרײַבער, און לאָמיך נישט שטאַרבן דאָרטן. 21 האָט דער מלך צִדקִיָהו באַפֿױלן, און מע האָט אַרײַנגעזעצט יִרמיָהון אין הױף פֿון דער װאַך, און מע האָט אים געגעבן אַ לאַבן ברױט אַ טאָג פֿון דער בעקערגאַס ביז דאָס גאַנצע ברױט איז אױסגעגאַנגען פֿון דער שטאָט. אַזױ איז יִרמיָהו געזעסן אין הױף פֿון דער װאַך.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-