Publicidade

Jeremias 29

1 און דאָס זײַנען די װערטער פֿון דעם בריװ װאָס יִרמיָה הנבֿיא האָט געשיקט פֿון ירושָלַיִם צו דעם איבערבלײַב פֿון די עלטסטע פֿון די פֿאַרטריבענע, און צו די כּהנים, און צו די נבֿיאים, און צו דעם גאַנצן פֿאָלק, װאָס נבֿוכַדנֶצַר האָט פֿאַרטריבן פֿון ירושָלַיִם קײן בָבֿל; 2 נאָכדעם װי יכָניָה דער מלך, און די מוטער-מלכּה, און די הױפֿדינער, די האַרן פֿון יהוּדה און ירושָלַיִם, און די מײַנסטערס און די שלעסערס, זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון ירושָלַיִם; 3 דורך דער האַנט פֿון אֶלעָשָׂה דעם זון פֿון שָפָֿנען, און גמַריָה דעם זון פֿון חִלקִיָהן, װאָס צִדקִיָה דער מלך פֿון יהוּדה האָט געשיקט צו נבֿוכַדנֶצַר דעם מלך פֿון בָבֿל קײן בָבֿל – אַזױ צו זאָגן: 4 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל, צו אַלע פֿאַרטריבענע װאָס איך האָב פֿאַרטריבן פֿון ירושָלַיִם קײן בָבֿל: 5 בױט הײַזער און באַװױנט, און פֿלאַנצט גערטנער און עסט זײער פֿרוכט; 6 נעמט װײַבער, און געבערט זין און טעכטער, און נעמט װײַבער פֿאַר אײַערע זין, און גיט אױס אײַערע טעכטער צו מאַנען, און זאָלן זײ געבערן זין און טעכטער, און מערט אײַך דאָרטן, און מינערט אײַך נישט. 7 און זוכט דעם פֿריד פֿון דער שטאָט װאָס איך האָב אײַך פֿאַרטריבן אַהין, און זײַט מתפּלל פֿאַר איר צו ה׳, װאָרעם אין איר פֿריד װעט זײַן פֿריד צו אײַך. 8 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: זאָל אײַערע נבֿיאים װאָס צװישן אײַך, און אײַערע װאָרזאָגערס אײַך נישט נאַרן, און איר זאָלט נישט צוהערן צו אײַערע חלומות װאָס איר לאָזט חלומען. 9 װאָרעם מיט ליגן זאָגן זײ אײַך נבֿיאות אין מײַן נאָמען; איך האָב זײ נישט געשיקט, זאָגט ה׳.

10 װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: װען עס װעט דערפֿילט װערן זיבעציק יאָר פֿון אױף בָבֿל, װעל איך זיך דערמאָנען אָן אײַך, און װעל מקײם זײַן מײַן גוטן צוזאָג, אײַך אומצוקערן צו דעם דאָזיקן אָרט. 11 װאָרעם איך װײס די טראַכטונגען װאָס איך טראַכט װעגן אײַך, זאָגט ה׳, טראַכטונגען פֿון פֿריד, און נישט צום בײזן, כּדי אײַך צו געבן אַ צוקונפֿט און אַ האָפֿענונג. 12 און איר װעט מיך רופֿן, און איר װעט גײן און װעט מתפּלל זײַן צו מיר, און איך װעל צוהערן צו אײַך. 13 און איר װעט מיך זוכן און געפֿינען, אַז איר װעט מיך פֿאָרשן מיט אײַער גאַנצן האַרצן. 14 און איך װעל זיך לאָזן געפֿינען פֿון אײַך, זאָגט ה׳, און איך װעל אומקערן אײַער געפֿאַנגענשאַפֿט, און װעל אײַך אײַנזאַמלען פֿון אַלע פֿעלקער, און פֿון אַלע ערטער, װאָס איך האָב אײַך פֿאַרשטױסן אַהין, זאָגט ה׳, און איך װעל אײַך אומקערן צו דעם אָרט, װאָס איך האָב אײַך פֿאַרטריבן פֿון דאָרטן.

15 װײַל איר האָט געזאָגט: ה׳ האָט אונדז אױפֿגעשטעלט נבֿיאים אין בָבֿל. 16 װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט אױף דעם מלך װאָס זיצט אױפֿן טראָן פֿון דָוִד, און אױף דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס זיצט אין דער דאָזיקער שטאָט – אײַערע ברידער װאָס זײַנען נישט אַרױס מיט אײַך אין גלות: 17 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת: זע, איך שיק אָן אױף זײ די שװערד, דעם הונגער, און די פּעסט, און איך װעל זײ מאַכן אַזױ װי עקלדיקע פֿײַגן װאָס קענען נישט געגעסן װערן פֿאַר שלעכטיקײט. 18 און איך װעל זײ נאָכיאָגן מיט דער שװערד, מיטן הונגער, און מיט דער פּעסט, און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אַ שױדער בײַ אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד, פֿאַר אַ קללה, און פֿאַר אַ שרעק, און פֿאַר אַ שמוצערונג, און פֿאַר אַ שאַנד, צװישן אַלע פֿעלקער, װאָס איך האָב זײ פֿאַרשטױסן אַהין; 19 פֿאַר װאָס זײ האָבן נישט צוגעהערט צו מײַנע װערטער, זאָגט ה׳, װען איך האָב געשיקט צו זײ מײַנע קנעכט די נבֿיאים, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד געשיקט; און איר האָט נישט צוגעהערט, זאָגט ה׳. 20 דערום הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳, איר אַלע פֿאַרטריבענע, װאָס איך האָב אַרױסגעשיקט פֿון ירושָלַיִם קײן בָבֿל: 21 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל, אױף אַחאָבֿ דעם זון פֿון קוֹלָיָהן, און אױף צִדקִיָהו דעם זון פֿון מַעֲשֵׂיָהן, װאָס זאָגן אײַך נבֿיאות אין מײַן נאָמען ליגן: זע, איך גיב זײ אין דער האַנט פֿון נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל, און ער װעט זײ דערשלאָגן פֿאַר אײַערע אױגן. 22 און פֿון זײ װעט גענומען װערן אַ קללה בײַ אַלע פֿאַרטריבענע פֿון יהוּדה װאָס אין בָבֿל, אַזױ צו זאָגן: זאָל דיך ה׳ מאַכן אַזױ װי צִדקִיָהו און אַזױ װי אַחאָבֿ, װאָס דער מלך פֿון בָבֿל האָט זײ פֿאַרברענט אין פֿײַער! 23 װײַל זײ האָבן געטאָן שאַלקהאַפֿטיגקײט אין יִשׂרָאֵל, און מזַנה געװען מיט די װײַבער פֿון זײערע חבֿרים, און פֿאַלש גערעדט אין מײַן נאָמען װערטער װאָס איך האָב זײ נישט באַפֿױלן; אָבער איך װײס, און בין עדות, זאָגט ה׳.

24 און אױף שמַעיָהון פֿון נֶחלָם זאָלסטו זאָגן, אַזױ צו זאָגן: 25 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: װײַל דו האָסט געשיקט אין דײַן נאָמען בריװ צום גאַנצן פֿאָלק װאָס אין ירושָלַיִם, און צו צפַֿניָה דעם זון פֿון מַעֲשֵׂיָהן, דעם כּהן, און צו אַלע כּהנים, אַזױ צו זאָגן: 26 ה׳ האָט דיך געמאַכט פֿאַר אַ כּהן אױפֿן אָרט פֿון יהוֹיָדָע דעם כּהן, כּדי עס זאָלן זײַן אױפֿזעער אין הױז פֿון ה׳ איבער איטלעכן משוגענער און נבֿיאות-זאָגער, און דו זאָלסט אים אַרײַנטאָן אין דעם צװאַנגקלאָץ און אין דעם האַלדזרינג. 27 און אַצונד, למאַי האָסטו נישט אָנגעשריען אױף יִרמיָהון פֿון עַנָתוֹת, װאָס מאַכט זיך פֿאַר אַ נבֿיא צו אײַך? 28 װאָרעם ער האָט דאָך געשיקט צו אונדז קײן בָבֿל: אַזױ צו זאָגן: דאָס גלות איז אױף לאַנג; בױט הײַזער און באַװױנט, און פֿלאַנצט גערטנער און עסט זײער פֿרוכט.

29 און צפַֿניָה דער כּהן האָט געלײענט דעם דאָזיקן בריװ אין די אױערן פֿון יִרמיָהו הנבֿיא. 30 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יִרמיָהון, אַזױ צו זאָגן: 31 שיק צו אַלע פֿאַרטריבענע, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט אױף שמַעיָהן פֿון נֶחלָם: װײַל שמַעיָה האָט אײַך נבֿיאות געזאָגט, װען איך האָב אים נישט געשיקט, און ער האָט אײַך געמאַכט פֿאַרזיכערן אױף ליגן, 32 דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט: זע, איך רעכן זיך מיט שמַעיָהן פֿון נֶחלָם, און מיט זײַן זאָמען; פֿון אים װעט נישט בלײַבן אַ מאַן צו זיצן צװישן דעם דאָזיקן פֿאָלק, און ער װעט נישט זען דאָס גוטס װאָס איך טו מײַן פֿאָלק, זאָגט ה׳, װײַל אָפּקערונג האָט ער גערעדט קעגן ה׳.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-