1 דאָס װאָרט װאָס איז געװען צו יִרמיָהון פֿון ה׳ נאָכדעם אַז נבֿוזַרְאַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל האָט אים אַװעקגעלאָזט פֿון רָמָה, װען ער האָט אים געהאַט גענומען אַ געשמידטן אין קײטן צװישן אַלע פֿאַרטריבענע פֿון ירושָלַיִם און יהוּדה װאָס זײַנען פֿאַרטריבן געװאָרן קײן בָבֿל. 2 און דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל האָט גענומען יִרמיָהון, און האָט צו אים געזאָגט: ה׳ דײַן ג-ט האָט אָנגעזאָגט דאָס דאָזיקע בײז אױף דעם דאָזיקן אָרט, 3 און ה׳ האָט געבראַכט און געטאָן אַזױ װי ער האָט גערעדט; װאָרעם איר האָט געזינדיקט צו ה׳, און איר האָט נישט צוגעהערט צו זײַן קֹול, דערום איז אײַך געשען די דאָזיקע זאַך. 4 און אַצונד, זע, איך האָב דיך הײַנט לױז געמאַכט פֿון די קײטן װאָס אױף דײַן האַנט. אױב עס איז גוט אין דײַנע אױגן צו קומען מיט מיר קײן בָבֿל, קום, און איך װעל טאָן מײַן אױג אױף דיר; אױב אָבער עס איז שלעכט אין דײַנע אױגן צו קומען מיט מיר קײן בָבֿל, לאָז עס. זע, דאָס גאַנצע לאַנד ליגט פֿאַר דיר; װוּ עס איז גוט און װוּ עס איז רעכט אין דײַנע אױגן אַהין צו גײן, גײ. 5 און אַז ער האָט אַלץ זיך נישט געװאָלט אומקערן האָט נבֿוזַרְאַדָן געזאָגט: טאָ קער זיך אום צו גדַליָה דעם זון פֿון אַחיקָם דעם זון פֿון שָפָֿנען, װאָס דער מלך פֿון בָבֿל האָט אױפֿגעזעצט איבער די שטעט פֿון יהוּדה, און זיץ מיט אים צװישן דעם פֿאָלק; אָדער װוּהין נאָר עס איז רעכט אין דײַנע אױגן צו גײן, גײ. און דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל האָט אים געגעבן צערונג און אַ מתּנה, און האָט אים אַװעקגעשיקט. 6 און יִרמיָהו איז געקומען צו גדַליָה דעם זון פֿון אַחיקָמען קײן מִצפָּה. און איז געזעסן מיט אים צװישן דעם פֿאָלק װאָס זײַנען געבליבן אין לאַנד.
7 און אַלע הױפּטלײַט פֿון חיל װאָס אין פֿעלד, זײ מיט זײערע מענטשן, האָבן געהערט אַז דער מלך פֿון בָבֿל האָט אױפֿגעזעצט גדַליָהו דעם זון פֿון אַחיקָמען איבערן לאַנד, און אַז ער האָט געלאָזט אונטער אים מענער און װײַבער און קינדער, און פֿון די אָרימע פֿון לאַנד, פֿון די װאָס זײַנען נישט פֿאַרטריבן געװאָרן קײן בָבֿל; 8 און זײ זײַנען געקומען צו גדַליָהן קײן מִצפָּה: יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָהון, און יוֹחָנָן און יוֹנָתָן די זין פֿון קָרֵחַן, און שׂרָיָה דער זון פֿון תַּנחוּמתן, און די זין פֿון עֵיפֿין פֿון נטוֹפֿה, און יזַניָהו דער זון פֿון דעם מַעֲכָתי, זײ מיט זײערע מענטשן. 9 און גדַליָהו דער זון פֿון אַחיקָם דעם זון פֿון שָפָֿנען האָט געשװאָרן זײ און זײערע מענטשן, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט נישט מורא האָבן צו דינען די כַּשׂדים. זיצט אין לאַנד, און דינט דעם מלך פֿון בָבֿל, און אײַך װעט זײַן גוט. 10 און איך, אָט בלײַב איך אין מִצפָּה צו שטײן פֿאַר די כַּשׂדים װאָס װעלן קומען צו אונדז; און איר זאַמלט אײַן װײַן, און זומעראױבס, און אײל, און טוט אַרײַן אין אײַערע כּלים, און זיצט אין אײַערע שטעט װאָס איר האָט פֿאַרכאַפּט. 11 און אױך אַלע ייִדן װאָס אין מוֹאָבֿ, און צװישן די קינדער פֿון עַמוֹן, און אין אֶדוֹם, און די װאָס אין אַלע לענדער, האָבן געהערט אַז דער מלך פֿון בָבֿל האָט געלאָזט אַן איבערבלײַב פֿון יהוּדה, און אַז ער האָט אױפֿגעזעצט איבער זײ גדַליָהו דעם זון פֿון אַחיקָם דעם זון פֿון שָפָֿנען. 12 און אַלע ייִדן האָבן זיך אומגעקערט פֿון אַלע ערטער װאָס זײ זײַנען פֿאַרשטױסן געװאָרן אַהין, און זײ זײַנען געקומען קײן לאַנד יהוּדה צו גדַליָהון קײן מִצפָּה; און זײ האָבן אײַנגעזאַמלט װײַן און זומעראױבס זײער פֿיל.
13 און יוֹחָנָן דער זון פֿון קָרֵחַן, און אַלע הױפּטלײַט פֿון חיל װאָס אױפֿן פֿעלד, זײַנען געקומען צו גדַליָהון קײן מִצפָּה, 14 און זײ האָבן צו אים געזאָגט: צי װײסן װײסטו אַז בַעַליס דער מלך פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן האָט געשיקט יִשמָעֵאל דעם זון פֿון נתַניָהן צו נעמען דײַן לעבן? אָבער גדַליָהו דער זון פֿון אַחיקָמען האָט זײ נישט געגלױבט. 15 האָט יוֹחָנָן דער זון פֿון קָרֵחַן געזאָגט צו גדַליָהון אין פֿאַרבאָרגעניש אין מִצפָּה, אַזױ צו זאָגן: לאָמיך גײן, איך בעט דיך, און איך װעל דערשלאָגן יִשמָעֵאל דעם זון פֿון נתַניָהן, און קײן מענטש װעט נישט װיסן. נאָך װאָס זאָל ער דיר נעמען דאָס לעבן, און גאַנץ יהוּדה װאָס זײַנען אײַנגעזאַמלט אַרום דיר, װעלן צעשפּרײט װערן, און דער איבערבלײַב פֿון יהוּדה װעט אונטערגײן? 16 אָבער גדַליָהו דער זון פֿון אַחיקָמען האָט געזאָגט צו יוֹחָנָן דעם זון פֿון קָרֵחַן: זאָלסט נישט טאָן די דאָזיקע זאַך, װאָרעם ליגן זאָגסטו אױף יִשמָעֵאלן.