1 און פַּשחור דער זון פֿון אִמֵר דעם כּהן, װאָס איז געװען דער אײבעראױפֿזעער אין הױז פֿון ה׳ האָט געהערט יִרמיָהון נבֿיאות זאָגן די דאָזיקע װערטער. 2 און פַּשחור האָט געשלאָגן יִרמיָהו הנבֿיאן, און האָט אים אַרײַנגעשטעלט אין דעם צװאַנגלאָץ װאָס אין אױבערשטן טױער פֿון בנימין, װאָס אין הױז פֿון ה׳. 3 און עס איז געװען אױף מאָרגן, אַז פַּשחור האָט אַרױסגענומען יִרמיָהון פֿון צװאַנגקלאָץ, האָט יִרמיָהו צו אים געזאָגט: נישט פַּשחור האָט ה׳ גערופֿן דײַן נאָמען, נײַערט מָגוֹר-מִסָבֿיבֿ. 4 װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: זע, איך מאַך דיך פֿאַר אַ שרעק פֿאַר דיר אַלײן, און פֿאַר אַלע דײַנע ליבהאָבער; און זײ װעלן פֿאַלן דורך דער שװערד פֿון זײערע פֿײַנט, און דײַנע אױגן װעלן עס זצוזען; און גאַנץ יהוּדה װעל איך געבן אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, און ער װעט זײ פֿאַרטרײַבן קײן בָבֿל, און װעט זײ דערשלאָגן מיטן שװערד. 5 און איך װעל געבן אַל דאָס רײַכטום פֿון דער דאָזיקער שטאָט, און אַל איר מי, און אַל איר טײַערקײט, אױך אַלע אוֹצרות פֿון די מלכים פֿון יהוּדה װעל איך געבן, אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און זײ װעלן זײ צערױבן, און װעלן זײ נעמען און זײ ברענגען קײן בָבֿל. 6 און דו, פַּשחור, און אַלע באַװױנער פֿון דײַן הױז, װעט גײן אין געפֿאַנגענשאַפֿט, און קײן בָבֿל װעסטו קומען, און דאָרטן װעסטו שטאַרבן, און דאָרטן װעסטו באַגראָבן װערן, דו און אַלע דײַנע ליבהאָבער װאָס דו האָסט זײ נבֿיאות געזאָגט מיט ליגן.
7 האָסט מיך איבערגערעדט, ה׳,
און איך בין איבערגערעדט געװאָרן,
האָסט מיך איבערגעשטאַרקט, און ביסט בײַגעקומען;
איך בין געװאָרן צום געלעכטער אַ גאַנצן טאָג,
איטלעכער טוט שפּעטן פֿון מיר.
8 װאָרעם װען נאָך איך רעד, טו איך שרײַען,
אומרעכט און רױב! רוף איך אױס.
פֿאַר װאָר, דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז צו מיר געװאָרן
צו שאַנד און צו שפּאָט דעם גאַנצן טאָג.
9 און איך האָב געװעסט געזאָגט: איך װעל אים נישט דערמאָנען,
און װעל מער נישט רעדן אין זײַן נאָמען;
אָבער עס איז אין מײַן האַרצן װי אַ ברענעדיק פֿײַער,
אײַנגעשלאָסן אין מײַנע בײנער,
און איך מאַטער זיך עס אײַנצוהאַלטן,
אָבער איך קען נישט.
10 יאָ, איך האָב געהערט די בײזע רײד פֿון פֿיל,
אַ שרעק רונד אַרום:
מסרט, און לאָמיר אים פֿאַרמַסרן!
אַלע מײַנע גוטע פֿרײַנט לױערן אױף מײַן בראָך:
אפֿשר װעט ער פֿאַרנאַרט װערן,
און מיר װעלן אים בײַקומען,
און נעמען אונדזער נקמה פֿון אים.
11 אָבער ה׳ איז מיט מיר װי אַ גיבור אַ מאַכטיקער,
דערום װעלן מײַנע נאָכיאָגער געשטרױכלט װערן,
און װעלן נישט אױספֿירן;
זײ װערן פֿאַרשעמט זײער, װײַל זײ האָבן נישט באַגליקט,
אַן אײביקע שאַנד װאָס װעט נישט פֿאַרגעסן װערן.
12 און דו ה׳ צבָֿאוֹת, װאָס פּרוּװסט דעם גערעכטן,
אָ װאָס זעסט די נירן און דאָס האַרץ,
לאָמיך זען דײַן נקמה פֿון זײ,
װאָרעם צו דיר האָב איך אַנטפּלעקט מײַן קריג.
13 זינגט צו ה׳, טוט לױבן ה׳,
װאָרעם ער האָט מציל געװען די זעל פֿון דעם אָרעמאַן
פֿון דער האַנט פֿון די שלעכטסטוער.
14 פֿאַרשאָלטן דער טאָג
װאָס איך בין אין אים געבאָרן געװאָרן!
דער טאָג װאָס מײַן מוטער האָט מיך געבאָרן
זאָל זײַן נישט געבענטשט!
15 פֿאַרשאָלטן דער מענטש װאָס האָט מײַן פֿאָטער
די בשׂורה געבראַכט, אַזױ צו זאָגן:
אַ ייִנגל איז דיר געבאָרן געװאָרן;
פֿרײען דערפֿרײט האָט ער אים!
16 יענער מענטש זאָל זײַן װי די שטעט
װאָס ה׳ האָט איבערגעקערט און נישט דערבאַרעמט;
און ער זאָל הערן אַ געשרײ אין דער פֿרי,
און אַ שאַלונג אין מיטן טאָג;
17 פֿאַר װאָס ער האָט מיך נישט געטײט פֿון טראַכט,
אַז מײַן מוטער זאָל מײַן קבֿר זײַן,
און איר טראַכט אײביק טראָגעדיק.
18 נאָך װאָס גאָר בין איך פֿון טראַכט אַרױס
צו זען מאַטערניש און קומער,
און אױסגײן אין שאַנד זאָלן מײַנע טעג?