Publicidade

Miquéias 3

1 און איך האָב געזאָגט:

הערט אַקאָרשט צו, איר קעפּ פֿון יעקבֿ,

און האַרן פֿון הױז פֿון יִשׂרָאֵל;

ליגט נישט אױף אײַך צו װיסן גערעכטיקײט?

2 איר װאָס האָט פֿײַנט גוטס און האָט ליב שלעכטס,

װאָס גזלט זײער הױט פֿון זײ,

און זײער פֿלײש פֿון זײערע בײנער;

3 און װאָס האָט געגעסן דאָס פֿלײש פֿון מײַן פֿאָלק,

און זײער הױט פֿון זײ אָפּגעשונדן,

און זײערע בײנער צעבראָכן,

און צעהאַקט אַזױ װי אין אַ טאָפּ,

און װי פֿלײש אין אַ קעסל.

4 דערום װעלן זײ שרײַען צו ה׳,

און ער װעט זײ נישט ענטפֿערן;

און ער װעט פֿאַרבאָרגן זײַן פּנים פֿון זײ אין יענער צײַט,

אַזױ װי זײ האָבן שלעכטס געטאָן אין זײערע מעשׂים.

5 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט אױף די נבֿיאים װאָס פֿאַרפֿירן מײַן פֿאָלק,

װאָס שרײַען: שלום! װען זײערע צײן האָבן צו בײַסן,

און דער װאָס גיט זײ נישט אין מױל

ברײטן זײ אָן אױף אים אַ מלחמה.

6 דערום װעט אײַך זײַן נאַכט, אָן אַ זעונג,

און אײַך װעט זײַן פֿינצטער, אָן װאָרזאָגן,

און אונטערגײן װעט די זון אױף די נבֿיאים,

און שװאַרץ װערן װעט דער טאָג אױף זײ.

7 און די זעער װעלן זײַן צו שאַנד,

און די װאָרזאָגער װעלן זיך שעמען,

און זײ װעלן אַלע פֿאַרדעקן זײערע אױבערשטע ליפּ,

װײַל קײן ענטפֿער פֿון אלֹקים װעט נישט זײַן.

8 אָבער פֿאַר װאָר, איך בין פֿול

מיט כּוֹח דורך דעם גײַסט פֿון ה׳,

און מיט גערעכטיקײט און גבֿורה,

צו זאָגן יעקבֿן זײַן פֿאַרברעך,

און יִשׂרָאֵלן זײַן זינד.

9 הערט דאָס צו אַקאָרשט, איר קעפּ פֿון דעם הױז פֿון יעקבֿ,

און האַרן פֿון הױז פֿון יִשׂרָאֵל,

װאָס פֿאַראומװערדיקט גערעכטיקײט,

און פֿאַרדרײט אַלץ װאָס איז גלײַך;

10 מע בױט צִיוֹן מיט בלוט,

און ירושָלַיִם מיט אומרעכט.

11 אירע קעפּ משפּטן פֿאַר שוחד,

און אירע כּהנים לערנען פֿאַר געצאָלט,

און אירע נבֿיאים װאָרזאָגן פֿאַר געלט.

און זײ לענען זיך אױף ה׳, אַזױ צו זאָגן:

פֿאַר װאָר, ה׳ איז צװישן אונדז,

אױף אונדז װעט נישט קומען קײן בײז.

12 דערום װעט איבער אײַך צִיוֹן װי אַ פֿעלד צעאַקערט װערן,

און ירושָלַיִם װעט װערן הױפֿנס,

און דער באַרג פֿון ה׳ס הױז – װאַלדיקע הײכן.

Veja também

Publicidade
Miquéias
Ver todos os capítulos de Miquéias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-