Publicidade

Miquéias 2

1 װײ צו די װאָס טראַכטן אומרעכט,

און אַרבעטן אױס בײז אױף זײערע געלעגערס!

אין ליכט פֿון פֿרימאָרגן פֿירן זײ עס אױס,

װײַל עס איז אין דער מאַכט פֿון זײער האַנט.

2 און זײ גלוסטן פֿעלדער און גזלען,

און הײַזער און נעמען צו;

און באַרױבן אַ מאַן מיט זײַן הױז,

און אַ מענטשן מיט זײַן נחלה.

3 דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט:

זע, איך טראַכט אױף דער דאָזיקער משפּחה אַ בײז

װאָס איר װעט נישט קענען אָפּטאָן דערפֿון אײַערע העלדזער,

און איר װעט נישט גײן מיט אַן אױפֿגעהױבענעם קאָפּ,

װאָרעם אַ בײזע צײַט װעט דאָס זײַן.

4 אין יענעם טאָג װעט מען אױפֿהײבן אױף אײַך אַ שפּרוך,

און מע װעט קלאָגן אַ קלאָג פֿון באַקלאָגעניש,

מע װעט זאָגן: פֿאַרװיסטן פֿאַרװיסט זײַנען מיר געװאָרן;

דעם טײל פֿון מײַן פֿאָלק טוט ער בײַטן.

װי טוט ער מיך דערװײַטערן!

דעם אַװעקרױבער צעטײלט ער אונדזערע פֿעלדער.

5 פֿאַר װאָר, קײנער פֿון דיר װעט נישט װאַרפֿן

אַ שנור לױט גורל אין דער עדה פֿון ה׳.

6 איר זאָלט נישט דַרשען! דַרשען זײ;

מע דאַרף נישט דַרשען צו די דאָזיקע,

װעט מען קײן חרפּות נישט קריגן.

7 טו איך זיך דען בײַטן, הױז פֿון יעקבֿ?

צי איז קורץ געװאָרן דאָס רוּחַ פֿון ה׳?

זײַנען דאָס זײַנע טוּונגען?

טוען נישט מײַנע װערטער גוטס מיט דעם װאָס גײט גלײַך?

8 אָבער מײַן פֿאָלק פֿון אַנוסטן שטעלט זיך אױף פֿאַר אַ פֿײַנט;

פֿון דעם װאָס קומט אַנטקעגן ציט איר קלײד און מאַנטל אַראָפּ,

פֿון רויִקע דורכגײער, אָפּגענײגטע פֿון מלחמה.

9 די װײַבער פֿון מײַן פֿאָלק פֿאַרטרײַבט איר פֿון זײער נחתדיקער הײם;

פֿון זײערע עוֹפֿעלעך נעמט איר אַװעק מײַן צירונג אױף אײביק.

10 שטײט אױף און גײט,

װאָרעם נישטאָ דאָ קײן רוּונג,

פֿון װעגן דער טומאה װאָס צעשטערט, און אַ שטאַרקע צעשטערונג.

11 אַז אַ מאַן װאָס גײט אום מיט װינט און ליגן, זאָל פֿעלשן:

איך װעל דיר דַרשען פֿון װײַן און פֿון טרונק,

װאָלט ער װערן אַ דַרשן בײַ דעם דאָזיקן פֿאָלק.

12 זאַמלען אײַנזאַמלען װעל איך דיך, יעקבֿ, אין גאַנצן,

קלײַבן אױפֿקלײַבן װעל איך דעם איבערבלײַב פֿון יִשׂרָאֵל.

איך װעל זײ צונױפֿטאָן אין אײנעם װי שאָף אין געהעפֿט,

װי אַ סטאַדע אין איר פֿיטערפּלאַץ;

זײ װעלן רױשן מיט מענטשן.

13 דער דורכברעכער גײט אַרױף זײ פֿאַרױס,

זײ ברעכן דורך און גײען װײַטער,

דורך דעם טױער און אַרױס דורך אים,

און זײער מלך גײט זײ פֿאַרױס,

און ה׳ איז זײער אָנפֿירער.

Veja também

Publicidade
Miquéias
Ver todos os capítulos de Miquéias
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-