1 און עס װעט זײַן אין סוף פֿון די טעג,
װעט שטײן פֿעסט דער באַרג פֿון ה׳ס הױז,
אױבנאָן פֿון די בערג,
און ער װעט זײַן דערהױבן איבער די הײכן;
און אומות װעלן צו אים שטראָמען.
2 און פֿיל פֿעלקער װעלן גײן און װעלן זאָגן:
קומט און לאָמיר אַרױפֿגײן צום באַרג פֿון ה׳,
און צום הױז פֿון אלוקי יעקבֿ,
און ער װעט אונדז לערנען פֿון זײַנע װעגן,
און מיר װעלן גײן אין זײַנע שטעגן;
װאָרעם פֿון צִיוֹן װעט אַרױסגײן אַ תּורה,
און ה׳ס װאָרט פֿון ירושָלַיִם.
3 און ער װעט משפּטן צװישן פֿיל אומות,
און אַנטשײדן איבער מאַכטיקע פֿעלקער ביז אין דער װײַט;
און זײ װעלן איבערשמידן זײערע שװערדן אױף אַקעראײַזנס,
און זײערע שפּיזן אױף צװײַגמעסערס;
אַ פֿאָלק קעגן אַ פֿאָלק װעט נישט הײבן אַ שװערד,
און מע װעט נישט מער לערנען מלחמה.
4 און זײ װעלן זיצן איטלעכער
אונטער זײַן װײַנשטאָק און אונטער זײַן פֿײַגנבױם,
און קײנער װעט נישט שרעקן;
װאָרעם דאָס מױל פֿון ה׳ צבָֿאוֹת האָט גערעדט.
5 װאָרעם אַלע פֿעלקער מעגן גײן
איטלעכס אין נאָמען פֿון זײַן ג-ט,
אָבער מיר װעלן גײן אין נאָמען פֿון ה׳
אלוקינו אױף אײביק און שטענדיק.
6 אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳,
װעל איך אײַנזאַמלען די װאָס הינקט,
און צונױפֿקלײַבן די װאָס איז פֿאַרשטױסן,
און די װעמען איך האָב שלעכטס געטאָן.
7 און איך װעל מאַכן די הינקעדיקע פֿאַר אַן איבערבלײַב,
און די דערװײַטערטע פֿאַר אַ מאַכטיקן פֿאָלק,
און ה׳ װעט קיניגן איבער זײ אױפֿן באַרג צִיוֹן
פֿון אַצונד און ביז אײביק.
8 און דו מִגדַל-עֵדֶר, פֿעסטונגבאַרג פֿון טאָכטער צִיוֹן,
צו דיר װעט עס אָנקומען;
יאָ, קומען װעט די פֿריִערדיקע ממשלה,
די מלוכה פֿון טאָכטער ירושָלַיִם.
9 אַצונד נאָך װאָס שרײַסטו מיט געשרײען?
איז קײן מלך נישטאָ אין דיר,
איז דײַן בַעַל-יוֹעץ אונטערגעגאַנגען,
װאָס װײעניש האָט דיך אָנגענומען װי אַ געװינערין?
10 דרײַ זיך און האָב װײען, טאָכטער צִיוֹן,
אַזױ װי אַ געװינערין,
װאָרעם אַצונד װעסטו אַרױסגײן פֿון דער שטאָט,
און װעסט װױנען אין פֿעלד,
און װעסט קומען קײן בָבֿל;
דאָרטן װעסטו ניצול װערן,
דאָרטן װעט דיך אױסלײזן ה׳
פֿון דער האַנט פֿון דײַנע פֿײַנט.
11 און אַצונד האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אױף דיר פֿיל פֿעלקער,
װאָס זאָגן: זאָל זי פֿאַרשװעכט װערן,
און זאָל אונדזער אױג זיך אָנקוקן אױף צִיוֹן.
12 אָבער זײ װײסן נישט די טראַכטונגען פֿון ה׳,
און זײ פֿאַרשטײען נישט זײַן באַראָט,
אַז ער האָט זײ אײַנגעזאַמלט װי אַ גאַרב אין דרעש-שײַער.
13 שטײ אױף און דרעש, טאָכטער צִיוֹן,
װאָרעם דײַן האָרן װעל איך מאַכן אײַזן,
און דײַנע קלױען װעל איך מאַכן קופּער,
און װעסט צעשטױסן פֿיל פֿעלקער,
און מאַכן חרם צו ה׳ זײער רױב,
און זײער פֿאַרמעג צום האַר פֿון דער גאַנצער ערד.
14 איצט זאַמלט אײַך אײַן דײַנע חילות, אָ דו טאָכטער פֿון חילות,
מען האָט אַ באַלאַגערונג איבער אונדז געמאַכט,
זײ װעלן דעם שופֿט פֿון ישׂראל
שלאָגן אױף די באַקן מיט אַ רוט.