1 גערעכט װעסטו בלײַבן, ה׳,
װען איך זאָל זיך קריגן מיט דיר;
אָבער גערעכטיקײט װיל איך רעדן צו דיר:
פֿאַר װאָס איז דער װעג פֿון רשעים מצליך?
פֿאַר װאָס לעבן רואיק אַלע פֿעלשער פֿאַלשע?
2 פֿלאַנצט זײ, און זײ װאָרצלען זיך אײַן,
זײ גײען אױף און טראָגן פֿרוכטן;
נאָנט ביסטו אין זײער מױל,
און װײַט פֿון זײערע נירן.
3 און דו, ה׳, קענסט מיך,
זעסט מיך, און האָסט געפּרוּװט מײַן האַרץ צו דיר;
שלעפּ זײ אַװעק װי שאָף צו דער שחיטה,
און גיב זײ אָפּ צום טאָג פֿון טײטונג.
4 ביז װאַנען װעט טרױערן דאָס לאַנד,
און דאָס גראָז פֿון גאַנצן פֿעלד װעט זײַן פֿאַרטריקנט?
פֿון װעגן דער שלעכטיקײט פֿון די װױנער אין איר.
זײַנען אומגעקומען בהמות און פֿױגלען;
װײַל זײ האָבן געזאָגט: ער זעט נישט אונדזער סוף.
5 אױב מיט פֿוסגײער ביסטו געלאָפֿן,
און זײ האָבן דיך מיד געמאַכט,
הינט װי װילסטו זיך מיט פֿערד פֿאַרמעסטן?
און ביסטו זיכער אין לאַנד פֿון פֿריד,
װי װעסטו אָבער טאָן אין דעם געװעלד פֿון יַרדן?
6 װאָרעם אַפֿילו דײַנע ברידער אין דײַן פֿאָטערס הױז,
אַפֿילו זײ האָבן געפֿעלשט אָן דיר,
אַפֿילו זײ האָבן דיר נאָכגעשריען מיט אַ פֿולער קעל;
נישט גלױב זײ װען זײ רעדן גוט צו דיר.
7 איך האָב פֿאַרלאָזן מײַן הױז,
איך האָב אַװעקגעװאָרפֿן מײַן אַרב;
איך האָב איבערגעגעבן די געליבטע פֿון מײַן זעל
אין דער האַנט פֿון אירע פֿײַנט.
8 מײַן אַרב איז מיר געװאָרן װי אַ לײב אין װאַלד,
זי האָט אױפֿגעהױבן איר קֹול אױף מיר,
דערום האָב איך זי פֿײַנט געקראָגן.
9 איז אַ קלױאיקער רױבפֿױגל מײַן אַרב מיר?
די רױבפֿױגלען זײַנען רונד אַרום איר?
גײט זאַמלט אַלע חיות פֿון פֿעלד,
ברענגט זײ אַהער צו עסן.
10 פֿיל פּאַסטוכער האָבן פֿאַרדאָרבן מײַן װײַנגאָרטן,
צעטרעטן מײַן פֿעלד;
זײ האָבן געמאַכט מײַן פֿלוסטיק פֿעלד
פֿאַר אַ מדבר אַ װיסטער.
11 מע האָט עס געמאַכט פֿאַר אַ װיסטעניש,
עס טרױערט צו מיר װיסטערהײט;
פֿאַרװיסט איז דאָס גאַנצע לאַנד,
װאָרעם קײן מענטש נעמט נישט צום האַרצן.
12 אױף אַלע הױכע ערטער אין מדבר
זײַנען פֿאַרװיסטער געקומען,
װאָרעם ה׳ס שװערד פֿאַרצערט פֿון עק לאַנד ביז עק לאַנד,
נישטאָ קײן פֿריד פֿאַר קײן לײַב.
13 זײ האָבן געזײט װײץ, און דערנער געשניטן,
זיך געפּלאָגט – קײן נוץ נישט געבראַכט;
דערום שעמט אײַך מיט אײַערע תּבֿואות,
פֿון װעגן דעם גרימצאָרן פֿון ה׳.
14 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט – אױף אַלע מײַנע בײזע שכנים, װאָס רירן אָן די אַרב װאָס איך האָב געמאַכט אַרבן מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל: זע, איך רײַס זײ אױס פֿון זײער ערד, און דאָס הױז פֿון יהוּדה װעל איך אױסרײַסן פֿון צװישן זײ. 15 און עס װעט זײַן, נאָכדעם װי איך רײַס זײ אױס װעל איך זײ װידער דערבאַרעמען, און װעל זײ אומקערן איטלעכן צו זײַן נחלה, און איטלעכן צו זײַן לאַנד. 16 און עס װעט זײַן, אױב לערנען װעלן זײ לערנען די װעגן פֿון מײַן פֿאָלק, צו שװערן בײַ מײַן נאָמען: אַזױ װי ה׳ לעבט! אַזױ װי זײ האָבן געלערנט מײַן פֿאָלק צו שװערן בײַ בַעַל, אַזױ װעלן זײ געבױט װערן צװישן מײַן פֿאָלק. 17 אױב אָבער זײ װעלן נישט צוהערן, װעל איך אױסרײַסן יענע אומה, אױסרײַסן און אונטערברענגען, זאָגט ה׳.