1 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
זע, איך דערװעק אױף בָבֿל,
און אױף די באַװױנער פֿון לֵב-קָמַי,
אַ װינט אַן אומברענג.
2 און איך װעל אָנשיקן אױף בָבֿל די װאָס װינטשופֿלען,
און זײ װעלן זײ װינטשופֿלען,
און װעלן אױסלײדיקן איר לאַנד;
װאָרעם פֿון רונד אַרום װעלן זײ זײַן אױף איר,
אין דעם טאָג פֿון אומגליק.
3 אַהין זאָל שפּאַנען דער שפּאַנער זײַן בױגן,
און אַהין זאָל ער זיך אױפֿהײבן אין זײַן שילד;
און איר זאָלט נישט שױנען אירע יונגעלײַט;
פֿאַרװיסט איר גאַנצן חיל.
4 און דערשלאָגענע װעלן פֿאַלן אין לאַנד פֿון די כַּשׂדים,
און דערשטאָכענע אין אירע גאַסן.
5 װאָרעם נישט פֿאַרלאָזן איז יִשׂרָאֵל און יהוּדה
פֿון זײַן ג-ט, פֿון ה׳ צבָֿאוֹת;
װאָרעם זײער לאַנד איז פֿול מיט שולד
אַקעגן דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל.
6 אַנטלױפֿט פֿון בָבֿל, און ראַטעװעט איטלעכער זײַן נפֿש,
איר זאָלט נישט פֿאַרשניטן װערן דורך איר זינד;
װאָרעם אַ צײַט פֿון נקמה איז דאָס בײַ ה׳,
אַ פֿאַרגעלטונג באַצאָלט ער איר.
7 אַ גילדערנער כָּוס איז בָבֿל געװען אין ה׳ס האַנט,
די גאַנצע ערד האָט זי פֿאַרשיכּורט;
פֿון איר װײַן האָבן די פֿעלקער געטרונקען,
דערום זײַנען די פֿעלקער נאַריש געװאָרן.
8 פּלוצלינג איז געפֿאַלן בָבֿל און צעבראָכן געװאָרן;
טוט יאָמערן אױף איר;
קריגט אַ באַלזאַם פֿאַר איר װײטיק,
אפֿשר עט זי געהײלט װערן.
9 מיר האָבן געװאָלט געהײלט בָבֿל,
אָבער זי איז נישט געהײלט געװאָרן;
פֿאַרלאָזט זי, און לאָמיר גײן איטלעכער צו זײַן לאַנד;
װאָרעם ביז צום הימל גרײכט איר משפּט,
און ער הײבט זיך אױף ביז די װאָלקנס.
10 ה׳ האָט אַרױסגעבראַכט אונדזער גערעכטיקײט;
קומט, און לאָמיר דערצײלן אין צִיוֹן
דעם װערק פֿון ה׳ אלוקינו.
11 מאַכט שאַרף די פֿײַלן,
הײב אױף די שילדן.
ה׳ האָט דערװעקט דעם גײַסט פֿון די מלכים פֿון מָדַי; װאָרעם אױף בָבֿל איז זײַן טראַכטונג, זי צו צעשטערן, װײַל די נקמה פֿון ה׳ איז דאָס, די נקמה פֿאַר זײַן הֵיכל.
12 קעגן די מױערן פֿון בָבֿל הײבט אױף אַ פֿאָן,
פֿאַרשטאַרקט די װאַך,
שטעלט אױף װעכטער, ברײט אָן לױערער,
װאָרעם אי געטראַכט האָט ה׳ אי געטאָן
װאָס ער האָט גערעדט אױף די באַװױנער פֿון בָבֿל.
13 דו װאָס װױנסט בײַ גרױסע װאַסערן,
דו רײַכע אין אוֹצרות,
געקומען איז דײַן סוף,
די אײל פֿון דײַנע אָפּשנײַדונג.
14 ה׳ צבָֿאוֹת האָט געשװאָרן בײַ זיך:
פֿאַר װאָר, איך פֿיל דיך אָן מיט מענטשן װי הײשעריקן,
און זײ װעלן אױסרופֿן קעגן דיר הֵידָד!
15 ער האָט געמאַכט די ערד מיט זײַן כּוֹח,
ער האָט אױפֿגעשטעלט די װעלט מיט זײַן חכמה,
און מיט זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט אױסגעשפּרײט די הימלען.
16 בײַם קֹול פֿון זײַן דונערן
װערט אַ פֿילקײט פֿון װאַסער אין הימל,
און ער ברענגט אױף װאָלקנס פֿון עק פֿון דער ערד;
ער מאַכט בליצן צום רעגן,
און ציט אַרױס פֿון זײַנע שפּײַכלערס דעם װינט.
17 איטלעכער מענטש איז פֿאַרגרעבט, אָן פֿאַרשטאַנד,
איטלעכער שמעלצער װערט צו שאַנד פֿון דעם געץ,
װאָרעם פֿאַלש איז זײַן געגאָסענער אָפּגאָט,
און קײן אָטעם איז אין זײ נישטאָ.
18 נישטיק זײַנען זײ, אַ װערק פֿון פֿאַרפֿירעניש;
אין דער צײַט פֿון זײער רעכנשאַפֿט װעלן זײ אונטערגײן.
19 נישט אַזױ װי די דאָזיקע איז דער טײל פֿון יעקבֿ,
װאָרעם ער איז דער באַשעפֿער פֿון אַלץ,
און יִשׂרָאֵל איז דער שבֿט פֿון זײַן אַרבונג;
ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען.
20 אַ האַמער ביסטו מיר, אַ געצײַג פֿון מלחמה,
און איך װעל צעברעכן מיט דיר פֿעלקער,
און צעשטערן מיט דיר קיניגרײַכן.
21 און איך װעל צעברעכן מיט דיר דעם פֿערד און זײַן רײַטער,
און איך װעל צעברעכן מיט דיר דעם רײַטװאָגן און זײַן רײַטער;
22 און איך װעל צעברעכן מיט דיר מאַן און װײַב,
און איך װעל צעברעכן מיט דיר אַלט און יונג,
און איך װעל צעברעכן מיט דיר בכוֹר און מײדל;
23 און איך װעל צעברעכן מיט דיר דעם פּאַסטוך און זײַן סטאַדע,
און איך װעל צעברעכן מיט דיר דעם אַקערמאַן און זײַן געשפּאַן,
און איך װעל צעברעכן מיט דיר דוכּסים און פֿירשטן.
24 אָבער איך װעל באַצאָלן בָבֿל און אַלע באַװױנער פֿון כַּשׂדים אַל זײער בײז װאָס זײ האָבן געטאָן אין צִיוֹן פֿאַר אײַערע אױגן, זאָגט ה׳.
25 זע, איך קום צו דיר,
דו צעשטעריקער באַרג,
זאָגט ה׳,
װאָס צעשטערט די גאַנצע ערד;
און איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף דיר,
און װעל דיך אַראָפּקײַקלען פֿון די װעלזן,
און דיך מאַכן פֿאַר אַן אױסגעברענטן באַרג.
26 און מע װעט נישט נעמען פֿון דיר אַ שטײן פֿאַר אַ װינקל,
און אַ שטײן פֿאַר גרונטפֿעסטן;
נײַערט אײביקע װיסטענישן װעסטו זײַן,
זאָגט ה׳.
27 הײבט אױף אַ פֿאָן אין לאַנד,
בלאָזט אַ שופֿר צװישן די פֿעלקער,
ברײט אָן קעגן איר די פֿעלקער,
רופֿט צונױף קעגן איר די קיניגרײַכן
אַרָרָט, מִני, און אַשכּנַז;
זעצט אױף קעגן איר אַ חיל-קאָמאַנדיר,
ברענגט אַרױף פֿערד װי שװאָרעם הײשעריקן.
28 ברײט אָן קעגן איר די פֿעלקער,
די מלכים פֿון מָדַי,
אירע דוכּסים און אַלע אירע פֿירשטן,
און דאָס גאַנצע לאַנד פֿון זײַן ממשלה.
29 און די ערד שטורעמט און ציטערט,
װאָרעם מקײם געװאָרן זײַנען אױף בָבֿל
די טראַכטונגען פֿון ה׳,
צו מאַכן לאַנד בָבֿל צו װיסט, אָן אַ װױנער.
30 די גיבוֹרים פֿון בָבֿל האָבן אױפֿגעהערט מלחמה האַלטן,
זײ זיצן אין די פֿעסטונגען;
אָפּגעטאָן האָט זיך זײער גבֿורה,
זײ זײַנען געװאָרן װי װײַבער;
מע האָט אָנגעצונדן אירע װױנונגען,
צעבראָכן געװאָרן זײַנען אירע ריגלען.
31 אַ לױפֿער קעגן אַ לױפֿער לױפֿט,
און אַן אָנזאָגער קעגן אַן אָנזאָגער,
אָנצוזאָגן דעם מלך פֿון בָבֿל,
אַז זײַן שטאָט איז באַצװוּנגען פֿון אַלע עקן;
32 און די איבערפֿאָרן זײַנען פֿאַרכאַפּט,
און די געמױזעכץ האָט מען פֿאַרברענט אין פֿײַער,
און די מלחמה-לײַט זײַנען צעטומלט.
33 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל:
טאָכטער בָבֿל איז װי אַ דרעש-שײַער
אין דער צײַט װאָס מע טרעט אים;
נאָך אַ קלײן װײַלע,
און קומען װעט די שניטצײַט אױף איר.
34 פֿאַרצערט האָט מיך, צעדריקט האָט מיך,
נבֿוכַדרֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל;
װי אַ לײדיקע כּלי האָט ער מיך אָפּגעשטעלט,
װי אַ קראָקאָדיל האָט ער מיך אײַנגעשלונגען;
ער האָט אָנגעפֿילט זײַן בױך מיט מײַנע געריכטן;
אַװעקגעשװענקט האָט ער מיך.
35 דאָס אומרעכט צו מיר און מײַן פֿלײש אױף בָבֿל!
זאָגט די באַװױנערין פֿון צִיוֹן;
און: מײַן בלוט אױף די באַװױנער פֿון כַּשׂדים!
זאָגט ירושָלַיִם.
36 דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט:
זע, איך קריג דײַן גריג,
און װעל זיך נוֹקם זײַן דײַן נקמה;
און איך װעל אױסטריקענען איר ים,
און טרוקן מאַכן איר קװאַל.
37 און בָבֿל װעט װערן צו הױפֿנס,
אַ װױנונג פֿון שאַקאַלן,
אַ שרעק און אַ שמוצערונג,
אָן אַ באַװױנער.
38 אין אײנעם װי יונגלײבן װעלן זײ ברילן,
װי קלײנע לײבן װעלן זײ שרײַען.
39 מיט גיפֿט װעל איך צוריכטן זײער טראַנק,
און איך װעל זײ פֿאַרשיכּורן, כּדי זײַן זאָלן זיך צאַפּלען,
און אײַנשלאָפֿן אַן אײביקן שלאָף,
און זיך נישט אױפֿכאַפּן,
זאָגט ה׳.
40 איך װעל זײ מאַכן נידערן װי לעמער צו דער שחיטה,
װי װידערס מיט בעק.
41 װי איז באַצװוּנגען געװאָרן שֵשַך,
און אײַנגענומען געװאָרן דער לױב פֿון דער גאַנצער ערד!
װי איז בָבֿל צו װיסט געװאָרן צװישן די פֿעלקער!
42 אױפֿגעגאַנגען איז דער ים אױף בָבֿל;
פֿון זײַנע פֿיל אינדן איז זי פֿאַרדעקט געװאָרן.
43 אירע שטעט זײַנען געװאָרן אַ װיסטעניש,
אַ טרוקן לאַנד און אַ מדבר,
אַ לאַנד װאָס קײן שום מענטש װױנט נישט דערין,
און קײן מענטשנקינד גײט נישט דורך דערין.
44 און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט בֵל אין בָבֿל,
און איך װעל אַרױסציען זײַן שלונג פֿון זײַן מױל,
און מער װעלן נישט שטראָמען צו אים פֿעלקער;
אױך די מױער פֿון בָבֿל טוט פֿאַלן.
45 גײט אַרױס פֿון איר, מײַן פֿאָלק,
און ראַטעװעט איטלעכער זײַן נפֿש,
פֿון דעם גרימצאָרן פֿון ה׳.
46 און זאָל נישט שלאַף װערן אײַער האַרץ,
אַז איר זאָלט מורא האָבן
פֿאַר דער הערונג װאָס װערט געהערט אין לאַנד;
װאָרעם אַ הערונג װעט קומען אײן יאָר,
און דאָס יאָר נאָכדעם אַ הערונג,
און רױב װעט זײַן אין לאַנד,
אַ געװעלטיקער קעגן אַ געװעלטיקער.
47 פֿאַר װאָר, זע, טעג קומען,
און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט די געצן פֿון בָבֿל,
און איר גאַנץ לאַנד װעט זיך שעמען,
און אַלע אירע דערשלאָגענע װעלן פֿאַלן אין איר מיט.
48 און זינגען װעלן איבער בָבֿל
הימל און ערד און אַלץ װאָס אין זײ;
װאָרעם פֿון צפֿון װעלן קומען אױף איר די פֿאַרװיסטערס,
זאָגט ה׳.
49 אױך בָבֿל איז צום פֿאַלן, פֿאַר דעם דערשלאָגענע פֿון יִשׂרָאֵל!
אױך בָבֿל טוט מען פֿאַלן, פֿון װעגן דעם דערשלאָגענע פֿון דער גאַנצער ערד!
50 איר אַנטרונענע פֿון שװערד,
גײט, איר זאָלט אײַך נישט אָפּשטעלן;
דערמאָנט פֿון דער װײַטן ה׳,
און ירושָלַיִם זאָל אױפֿגײן אױף אײַער האַרצן.
51 מיר שעמען זיך, װײַל חרפּות האָבן מיר זיך אָנגעהערט,
אַ בושה באַדעקט אונדזער פּנים,
װײַל פֿרעמדע זײַנען געקומען
אױף די הײליקטומען פֿון ה׳ס הױז.
52 אָבער זע, טעג קומען,
זאָגט ה׳,
און איך װעל זיך אָפּרעכענען מיט איר געצן,
און אין איר גאַנצן לאַנד װעלן קרעכצן דערשלאָגענע.
53 כאָטש אַרױפֿגײן אין הימל זאָל בָבֿל,
און װען זי זאָל באַפֿעסטיקן די הײך פֿון איר מאַכט,
װעלן פֿון מיר קומען פֿאַרװיסטערס אױף איר,
זאָגט ה׳.
54 אַ קֹול פֿון געשרײ פֿון בָבֿל,
און אַ גרױסער בראָך פֿון לאַנד כַּשׂדים!
55 װאָרעם ה׳ פֿאַרװיסט בָבֿל,
און עט אונטערברענגען פֿון איר דעם גרױסן טומל;
און זײערע אינדן װעלן ברומען װי גרױסע װאַסערן;
עס הילכט דער ליאַרעם פֿון זײער קֹול.
56 װאָרעם עס קומט אױף איר, אױף בָבֿל, אַ פֿאַרװיסטער,
און אירע גיבוֹרים װעלן באַצװוּנגען װערן,
זײערע בױגנס װערן צעבראָכן;
װאָרעם אַן אֵל פֿון פֿאַרגעלטונג איז ה׳,
באַצאָלן װעט ער באַצאָלן.
57 און איך װעל פֿאַרשיכּורן אירע האַרן און אירע חכמים,
אירע דוכּסים און אירע פֿירשטן און אירע גיבוֹרים,
און זײ װעלן אײַנשלאָפֿן אַן אײביקן שלאָף,
און װעלן זיך נישט אױפֿכאַפּן,
זאָגט דער קיניג –
ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען.
58 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת:
אײַנגעװאָרפֿן װעלן אײַנגעװאָרפֿן װערן די ברײטע מױערן פֿון בָבֿל,
און אירע הױכע טױערן װעלן אין פֿײַער אָנגעצונדן װערן;
און די פֿעלקער װעלן זיך מיען אומנישט,
און די אומות פֿאַרן פֿײַער;
און זײ װעלן פֿאַרמאַטערט װערן.
59 דאָס װאָרט װאָס יִרמיָהו הנבֿיא האָט באַפֿױלן שׂרָיָה דעם זון פֿון נֵרִיָה דעם זון פֿון מַחסֵיָהן, װען ער איז געגאַנגען מיט צִדקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה קײן בָבֿל, אין פֿירטן יאָר פֿון זײַן מלוכה; און שׂרָיָה איז געװען דער לאַגערמײַסטער. 60 און יִרמיָהו האָט אױפֿגעשריבן דאָס גאַנצע בײז װאָס װעט קומען אױף בָבֿל, אין אײן בוך, אַלע די דאָזיקע װערטער װאָס זײַנען געשריבן אױף בָבֿל. 61 און יִרמיָהו האָט געזאָגט צו שׂרָיָהן: װי דו קומסט קײן בָבֿל, אַזױ זאָלסטו זען און איבערלײענען אַלע די דאָזיקע װערטער, 62 און זאָלסט זאָגן: ה׳, דו האָסט גערעדט אױף דעם דאָזיקן אָרט, אים צו פֿאַרשנײַדן, אַז קײן װױנער זאָל אין אים נישט זײַן, פֿון אַ מענטש ביז אַ בהמה, נײַערט אײביקע װיסטענישן זאָל עס זײַן. 63 און עס װעט זײַן, װי דו ענדיקסט לײַענען דאָס דאָזיקע בוך, זאָלסטו אָנבינדן אָן אים אַ שטײן, און עס אַרײַנװאַרפֿן אין מיטן פּרָת; 64 און זאָלסט זאָגן: אַזױ װעט אײַנגעזונקען װערן בָבֿל, און נישט אױפֿשטײן, פֿון װעגן דעם בײז װאָס איך ברענג אױף איר. און זײ װעלן פֿאַרמאַטערט װערן.
ביז דאַנען זײַנען די װערטער פֿון יִרמיָהון.