1 װאָס דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יִרמיָהון װעגן די טריקענישן.
2 עס טרױערט יהוּדה,
און אירע טױערן זײַנען פֿאַרשמאַכט,
זײ זײַנען פֿינצטער צו דער ערד;
און דאָס געשרײ פֿון ירושָלַיִם גײט אױף.
3 און זײער פּנֵי שיקן זײערע יונגען נאָך װאַסער;
זײ קומען צו די גריבער, געפֿינען זײ נישט קײן װאַסער,
זײער כּלים קערן זיך אום לײדיק;
זײ זײַנען אין ביוש און פֿאַרשעמט,
און פֿאַרדעקן זײערע קעפּ.
4 פֿון װעגן דער ערד װאָס איז צעפּלאַצט,
װײַל קײן רעגן איז נישטאָ אין לאַנד,
זײַנען די אַקערלײַט פֿאַרשעמט געװאָרן,
זײ פֿאַרדעקן זײערע קעפּ.
5 װאָרעם אַפֿילו אַ הינדין אין װעלד געבערט און פֿאַרלאָזט,
װײַל קײן גראָז איז נישטאָ.
6 און די װילדע אײזלען שטײען אױף די הױכע ערטער,
זײ שלינגען דעם װינט װי שאַקאַלן;
זײערע אױגן גײען אױס,
װײַל קײן קרײַטעכץ איז נישטאָ.
7 אױב אונדזערע זינד זאָגן עדות קעגן אונדז, ה׳,
טו פֿון דײַן נאָמען װעגן;
װאָרעם פֿיל זײַנען אונדזערע אָפּקערונגען,
מיר האָבן געזינדיקט צו דיר.
8 דו האָפֿענונג פֿון יִשׂרָאֵל,
זײַן העלפֿער אין צײַט פֿון נױט,
פֿאַר װאָס זאָלסטו זײַן װי אַ פֿרעמדער אין לאַנד,
און װי אַ װאַנדערער װאָס פֿאַרקערט צו נעכטיקן?
9 פֿאַר װאָס זאָלסטו זײַן װי אַ צעטומלער מענטש,
װי אַ גיבור װאָס קען נישט העלפֿן?
דו ביסט דאָך צװישן אונדז, ה׳,
און דײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף אונדז;
נישט טו אונדז פֿאַרלאָזן.
10 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט צו דעם דאָזיקן פֿאָלק:
אַזױ האָבן זײ ליב אומצוּװאַנדערן,
זײ האַלטן נישט אָפּ זײערע פֿיס;
אָבער ה׳ האָט זײ נישט אָנגענומען,
אַצונד װעט ער זײערע זינד געדענקען
און זײערע זינד װעט ער באַשטראָפֿן.
11 און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: זאָלסט נישט מתפּלל זײַן פֿאַר דעם דאָזיקן פֿאָלק צום גוטן. 12 אַז זײ פֿאַסטן, הער איך נישט צו זײער געשרײ, און אַז זײ ברענגען אױף בראַנדאָפּפֿער און שפּײַזאָפּפֿער, באַװיליק איך זײ נישט – נײַערט מיט שװערד און מיט הונגער און מיט פּעסט טו איך זײ פֿאַרלענדן.
13 האָב איך געזאָגט: װײ, ה׳ דו אֲדֹנָי, זע, די נבֿיאים זאָגן צו זײ: איר װעט נישט אָנזען קײן שװערד, און קײן הונגער װעט בײַ אײַך נישט זײַן, װאָרעם אַ זיכערן שלום װעל איך אײַך געבן אין דעם דאָזיקן אָרט. 14 האָט ה׳ צו מיר געזאָגט: ליגן זאָגן נבֿיאות די נבֿיאים אין מײַן נאָמען; נישט איך האָב זײ געשיקט, און נישט איך האָב זײ באַפֿױלן, און נישט איך האָב צו זײ גערעדט; זעונג פֿון ליגן, און װאָרזאָגעכץ און נישטיקײט, און באַטרוג פֿון זײער האַרצן, זאָגן זײ אײַך נבֿיאות. 15 דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט – אױף די נבֿיאים װאָס זאָגן נבֿיאות אין מײַן נאָמען, װען איך האָב זײ נישט געשיקט, און זײ זאָגן: קײן שװערד און קײן הונגער װעט נישט זײַן אין דעם דאָזיקן לאַנד – פֿון שװערד און פֿון הונגער װעלן פֿאַרלענדט װערן יענע נבֿיאים. 16 און דאָס פֿאָלק װאָס זײ זאָגן נבֿיאות צו זײ, װעלן ליגן אַװעקגעװאָרפֿן אין די גאַסן פֿון ירושָלַיִם פֿון װעגן דעם הונגער און דער שװערד, און זײ װעלן קײן באַגרעבער נישט האָבן; זײ, זײערע װײַבער, און זײערע זין, און זײערע טעכטער; און איך װעל אױסגיסן אױף זײ זײער שלעכטיקײט.
17 און זאָלסט זאָגן צו זײ דאָס דאָזיקע װאָרט:
צעגײן זאָלן מײַנע אױגן אין טרערן
טאָג און נאַכט, און נישט אױפֿהערן,
װאָרעם אַ גרױס בראָך איז צעבראָכן געװאָרן
די יונגפֿרױ טאָכטער מײַן פֿאָלק;
אַ שװערן שלאַק ביז גאָר.
18 אַז איך גײ אַרױס אין װעלד,
ערשט, דערשלאָגענע פֿון שװערד;
און אַז איך קום אַרײַן אין שטאָט,
ערשט, יסורים פֿון הונגער.
װאָרעם אי דער נבֿיא אי דער כּהן
דרײען זיך איבערן לאַנד, און װײסן גאָרנישט.
19 האָסטו פֿאַראַכטן פֿאַראַכט יהוּדה?
צי האָט זיך פֿון צִיוֹן פֿאַרעקלט דײַן זעל?
פֿאַר װאָס האָסטו אונדז געשלאָגן,
אַז פֿאַר אונדז איז קײן הײלונג נישטאָ?
געהאָפֿט אױף שלום, און קײן גוטס איז נישטאָ;
און אױף אַ צײַט פֿון הײלונג, ערשט אַ שרעקעניש!
20 מיר װײסן, ה׳, אונדזער שלעכטיקײט,
די זינד פֿון אונדזערע עלטערן;
װאָרעם מיר האָבן געזינדיקט צו דיר.
21 נישט פֿאַראַכט אונדז פֿון דײַן נאָמען װעגן,
נישט שאַנד דעם טראָן פֿון דײַן כּבֿוד;
דערמאָן זיך, זאָלסט נישט פֿאַרשטערן דײַן ברית מיט אונדז.
22 זײַנען דאָ צװישן די נישטיקע געצן פֿון די פֿעלקער רעגנ-געבער?
אָדער גיבן די הימלען אַלײן שפּרײרעגן?
פֿאַר װאָר, דו ביסט ה׳ אלוקינו,
און מיר האָפֿן צו דיר,
װאָרעם דו מאַכסט דאָס אַלץ.