1 װאַנדער אום אין די גאַסן פֿון ירושָלַיִם,
און זעט אַקאָרשט און האָבן װיסיקײט,
און זוכט אין אירע מערק,
אױב איר װעט געפֿינען אַ מענטשן,
אױב עס איז דאָ װער עס טוט גערעכטיקײט,
װער עס זוכט אמת,
און איך װעל איר פֿאַרגעבן.
2 אַפֿילו װען זײ זאָגן: אַזױ װי ה׳ לעבט!
שװערן זײ פֿון דעסטװעגן פֿאַלש.
3 ה׳, דײַנע אױגן זײַנען דאָך אױף אמת;
האָסט זײ געשלאָגן, און זײ האָבן זיך נישט געקימערט,
האָסט זײ פֿאַרלענדט, און זײ האָבן קײן מוסר נישט גענומען;
זײ האָבן געמאַכט זײער פּנים האַרטער פֿון פֿעלדז,
זײ האָבן זיך נישט געװאָלט אומקערן.
4 און איך האָב געװעסט געזאָגט: דאָס זײַנען נאָר די אָרימע,
זײ זײַנען נאַריש,
װײַל זײ װײסן נישט דעם װעג פֿון ה׳,
דאָס געזעץ פֿון זײער ג-ט.
5 איך װעל מיר גײן צו די גרױסע,
און װעל רעדן מיט זײ;
װאָרעם זײ װײסן דעם װעג פֿון ה׳,
דאָס געזעץ פֿון זײער ג-ט.
אָבער זײ האָבן דעס גלײַכן צעבראָכן דעם יאָך,
צעריסן די בינדשטריק.
6 דערום דערשלאָגט זײ אַ לײב פֿון װאַלד,
אַ װאָלף פֿון מידבריות װעט זײ פֿאַרװיסטן,
אַ לעמפּערט טוט לױערן אױף זײערע שטעט,
איטלעכער װאָס גײט אַרױס פֿון זײ, װעט פֿאַרצוקט װערן;
װאָרעם פֿיל זײַנען זײערע פֿאַרברעכן,
שטאַרק זײַנען זײערע אָפּקערונגען.
7 װי זאָל איך װאַר דעם דיר פֿאַרגעבן?
דײַנע קינדער האָבן מיך פֿאַרלאָזן,
און געשװאָרן בײַ אומגעטער;
אַז איך האָב זײ אָנגעזעט,
האָבן זײ מזַנה געװען,
און אין הײַזער פֿון זוֹנות קלײַבן זײ זיך אױף.
8 פֿערד אָפּגעפֿיטערטע, אָגערס זײַנען זײ,
איטלעכער צו זײַן חבֿרס װײַב הירזשען זײ;
9 זאָל איך דערפֿאַר זיך נישט אָפּרעכענען?
זאָגט ה׳;
און זאָל אָן אַ פֿאָלק װי דאָס דאָזיקע
זיך נישט נוֹקם זײַן מײַן זעל?
10 גײט אַרױף אין אירע רײען, און צעשטערט,
נאָר אַ פֿאַרלענדונג זאָלט איר נישט מאַכן;
טוט אָפּ אירע צװײַגן,
װאָרעם נישט ה׳ס זײַנען זײ.
11 װאָרעם פֿעלשן געפֿעלשט האָבן אָן מיר
דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל און דאָס הױז פֿון יהוּדה,
זאָגט ה׳.
12 זײ האָבן געלײקנט אָן ה׳,
און געזאָגט: דאָס איז נישט ער,
און בײז װעט נישט קומען אױף אונדז,
און שװערד און הונגער װעלן מיר נישט אָנזען.
13 און פֿון די נבֿיאים װעט זיך אױסלאָזן אַ װינט,
װאָרעם דאָס װאָרט איז אין זײ נישטאָ;
אַזױ זאָל זײ אַלײן געשען!
14 דערום האָט ה׳ אלוקי צבָֿאוֹת אַזױ געזאָגט:
װײַל איר רעדט דאָס דאָזיקע גערײד,
אָט מאַך איך מײַנע װערטער אין דײַן מױל צו פֿײַער,
און דאָס דאָזיקע פֿאָלק האָלץ,
און עס װעט זײ פֿאַרצערן.
15 זע, איך ברענג אױף אײַך אַ פֿאָלק פֿון דער װײַט,
איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל,
זאָגט ה׳;
אַ מאַכטיק פֿאָלק איז דאָס,
אַ פֿאָלק פֿון פֿאַרצײַטן איז דאָס,
אַ פֿאָלק װאָס דו װײסט נישט זײַן לשון,
און פֿאַרשטײסט נישט װאָס ער רעדט.
16 זײַן פֿײַלבײַטל איז װי אַן אָפֿענער קבֿר;
זײ זײַנען אַלע גיבוֹרים.
17 און ער װעט אױפֿעסן דײַן שניט, און דײַן ברױט;
זײ װעלן אױפֿעסן דײַנע זין און דײַנע טעכטער;
ער װעט אױפֿעסן דײַנע שאָף און דײַנע רינדער,
ער װעט אױפֿעסן דײַן װײַנשטאָק און דײַן פֿײַגנבױם;
ער װעט צעקלאַפּן מיטן שװערד דײַנע פֿעסטונגשטעט
װאָס דו פֿאַרזיכערסט זיך אױף זײ.
18 הגם אױך אין יענע טעג, זאָגט ה׳, װעל איך נישט מאַכן אַ פֿאַרלענדונג פֿון אײַך. 19 און עס װעט זײַן, אַז איר װעט זאָגן: פֿאַר װאָס האָט ה׳ אלוקינו אונדז געטאָן דאָס אַלץ? זאָלסטו זאָגן צו זײ: אַזױ װי איר האָט מיך פֿאַרלאָזן, און געדינט פֿרעמדע ג‑טער אין אײַער לאַנד, אַזױ זאָלט איר דינען פֿרעמדע אין אַ לאַנד נישט אײַערס.
20 זאָגט דאָס אָן אין הױז פֿון יעקבֿ,
און מאַכט עס הערן אין יהוּדה, אַזױ צו זאָגן:
21 הערט דאָס צו אַקאָרשט, איר נאַריש פֿאָלק אָן שׂכל,
װאָס האָבן אױגן און זעען נישט,
װאָס האָבן אױערן און הערן נישט;
22 האָט איר דען נישט מורא פֿאַר מיר?
זאָגט ה׳,
צי ציטערט איר נישט פֿאַר מײַן אָנגעזיכט?
איך װאָס האָב געמאַכט זאַמד אַ גרענעץ צום ים,
אַן אײביק געזעץ װאָס ער קען נישט אַריבערגײן;
און זײַנע אינדן װאַרפֿן זיך,
און קענען נישט בײַקומען,
און זײ ברומען, און קענען עס נישט אַריבערגײן.
23 אָבער בײַ דעם דאָזיקן פֿאָלק
איז אַן אָפּגעקערט און װידערשפּעניק האַרץ,
זײ האָבן זיך אָפּגעקערט און זײַנען אַװעק.
24 און זײ האָבן נישט געזאָגט אין זײער האַרצן:
לאָמיר מורא האָבן פֿאַר ה׳ אלוקינו,
װאָס גיט רעגן, פֿרירעגן,
און שפּעטערעגן, אין זײַן צײַט,
װאָס היט פֿאַר אונדז אָפּ די געשטעלטע װאָכן פֿון שניט.
25 אײַערע זינד האָבן אָפּגענײגט די דאָזיקע,
און אײַערע חטאָים האָבן פֿאַרמיטן דאָס גוטס פֿון אײַך.
26 װאָרעם צװישן מײַן פֿאָלק געפֿינען זיך רשעים;
זײ קוקן נאָך, אַזױ װי פֿױגלפֿאַנגען לױערן,
זײ שטעלן אַ פּאַסטקע, מענטשן פֿאַנגען זײ.
27 װי אַ שטײַג פֿול מיט פֿױגלען,
אַזױ זײַנען זײערע הײַזער פֿול מיט באַטרוג;
דערום זײַנען זײ גרױס און רײַך געװאָרן.
28 פֿעט, גראָב זײַנען זײ געװאָרן;
יאָ, זײ שטײַג אַריבער אין בײזע שטיק.
פֿאַר רעכט נעמען זײ זיך נישט אָן, פֿאַרן רעכט פֿון יתום,
אַז זײ זאָלן עס דורכפֿירן;
און דעם משפּט פֿון די אבֿיוֹנים משפּטן זײ נישט.
29 זאָל איך דערפֿאַר זיך נישט אָפּרעכענען?
זאָגט ה׳;
זאָל אָן אַ פֿאָלק װי דאָס דאָזיקע
זיך נישט נוֹקם זײַן מײַן זעל?
30 אַ שרעק און שױדער געשעט אין לאַנד:
31 די נבֿיאים זאָגן נבֿיאות אױף ליגן,
און די כּהנים געװעלטיקן זײ צו דער האַנט,
און מײַן פֿאָלק האָט עס ליב אַזױ;
אָבער װאָס װעט איר טאָן צום סוף דערפֿון?