Publicidade

1 Samuel 31

1 און די פּלִשתּים האָבן מלחמה געהאַלטן אױף יִשׂרָאֵל, און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַנטלאָפֿן פֿאַר די פּלִשתּים, און זײ זײַנען געפֿאַלן דערשלאָגענע אױפֿן באַרג גִלבוֹעַ. 2 און די פּלִשתּים האָבן אָנגעיאָגט שָאולן און זײַנע זין, און די פּלִשתּים האָבן דערשלאָגן יהוֹנָתָן, און אַבֿינָדָבֿ, און מַלכּי-שועַ, די זין פֿון שָאולן. 3 און די מלחמה איז געװען שװער אַקעגן שָאולן, און די שיסערס, די לײַט מיט די בױגנס, האָבן אים געפֿונען; און ער האָט זײער פֿאַרװוּנדט פֿאַר די שיסערס. 4 האָט שָאול געזאָגט צו זײַן װאַפֿנטרעגער: צי אַרױס דײַן שװערד און דערשטעך מיך מיט איר, כּדי די דאָזיקע אומבאַשניטענע זאָלן נישט קומען, און מיך דערשטעכן, און מאַכן געשפּעט איבער מיר. אָבער זײַן װאַפֿנטרעגער האָט נישט געװאָלט, װאָרעם ער האָט זײער מורא געהאַט. האָט שָאול גענומען די שװערד, און איז אַרױפֿגעפֿאַלן אױף איר. 5 און זײַן װאַפֿנטרעגער האָט געזען אַז שָאול איז געשטאָרבן, איז ער אױך אַרױפֿגעפֿאַלן אױף זײַן שװערד, און איז געשטאָרבן מיט אים. 6 און שָאול, און זײַנע דרײַ זין, און זײַן װאַפֿנטרעגער, אױך אַלע זײַנע מענטשן, זײַנען געשטאָרבן אין אײנעם אין יענעם טאָג.

7 האָבן געזען די מענער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס אױף יענער זײַט טאָל, און װאָס אױף יענער זײַט יַרדן, אַז די מענער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען אַנטלאָפֿן, און שָאול און זײַנע זין זײַנען טױט, און זײ האָבן פֿאַרלאָזן זײערע שטעט, און זײַנען אַנטלאָפֿן. און די פּלִשתּים זײַנען געקומען, און האָבן זיך באַזעצט אין זײ.

8 און עס איז געװען אױף מאָרגן, זײַנען די פּלִשתּים געקומען אױסטאָן די דערשלאָגענע, און זײ האָבן געפֿונען שָאולן און זײַנע דרײַ זין, געפֿאַלן אױפֿן באַרג גִלבוֹעַ. 9 און זײ האָבן אָפּגעשניטן זײַן קאָפּ, און אױסגעטאָן זײַנע װאַפֿן, און געשיקט אין לאַנד פֿון די פּלִשתּים רונד אַרום, צו מבֿשׂר אין הױז פֿון זײערע געצנבילדער, און דעם פֿאָלק. 10 און זײ האָבן אַהינגעטאָן זײַנע װאַפֿן אין הױז פֿון עַשְׁתֹּרות, און זײַן טױטן לײַב האָבן זײ געשמידט אױף דער מױער פֿון בֵית-שָן.

11 און די באַװױנער פֿון יָבֵֿש-גִלעָד האָבן געהערט װעגן אים – װאָס די פּלִשתּים האָבן געטאָן צו שָאולן. 12 זײַנען אױפֿגעשטאַנען אַלע העלדישע לײַט, און זײ זײַנען געגאַנגען אַ גאַנצע נאַכט, און האָבן אַראָפּגענומען דעם לײַב פֿון שָאולן, און די לײַבער פֿון זײַנע זין, פֿון דער מױער פֿון בֵית-שָן. און זײ זײַנען געקומען קײן יָבֵֿש, און האָבן זײ דאָרטן פֿאַרברענט. 13 און זײ האָבן גענומען זײערע בײנער, און באַגראָבן אונטער דעם טאַמאַריסקנבױם אין יָבֵֿש; און זײ האָבן געפֿאַסט זיבן טעג.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-