Publicidade

1 Samuel 23

1 האָט מען אָנגעזאָגט דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: זע, די פּלִשתּים האַלטן מלחמה אױף קעִילָה, און זײ רױבן די שײַערן.

2 האָט דָוִד געפֿרעגט בײַ ה׳, אַזױ צו זאָגן: זאָל איך גײן, און שלאָגן די דאָזיקע פּלִשתּים? האָט ה׳ געזאָגט צו דָוִדן: גײ, און זאָלסט שלאָגן די פּלִשתּים, און העלפֿן קעִילָה.

3 האָבן די מענטשן פֿון דָוִדן צו אים געזאָגט: זע, דאָ אין יהוּדה זײַנען מיר אין מורא, הײַנט װי שױן אַז מיר װעלן גײן קײן קעִילָה, אַקעגן די רײען פֿון די פּלִשתּים?

4 האָט דָוִד װידער געפֿרעגט בײַ ה׳, און ה׳ האָט אים געענטפֿערט און געזאָגט: שטײ אױף, נידער אַראָפּ קײן קעִילָה, װאָרעם איך גיב די פּלִשתּים אין דײַן האַנט.

5 איז געגאַנגען דָוִד און זײַנע מענטשן קײן קעִילָה, און האָט מלחמה געהאַלטן אױף די פּלִשתּים, און אַװעקגעפֿירט זײערע פֿיך, און געשלאָגן צװישן זײ אַ גרױסן שלאַק. און דָוִד האָט געהאָלפֿן די באַװױנער פֿון קעִילָה.

6 און עס איז געװען, אַז אֶבֿיָתָר דער זון פֿון אַחימֶלֶכן איז אַנטלאָפֿן צו דָוִדן קײן קעִילָה, האָט ער אַראָפּגענידערט מיטן אֵפֿוֹד אין זײַן האַנט.

7 איז אָנגעזאָגט געװאָרן שָאולן, אַז דָוִד איז געקומען קײן קעִילָה, און שָאול האָט געזאָגט: אלֹקים האָט אים איבערגעענטפֿערט אין מײַן האַנט, װאָרעם ער האָט זיך אַלײן אײַנגעשלאָסן דורך קומען אין אַ שטאָט מיט טירן און ריגלען. 8 און שָאול האָט צונױפֿגערופֿן דאָס גאַנצע פֿאָלק אױף מלחמה, צו נידערן אױף קעִילָה, צו לעגערן אױף דָוִדן און אױף זײַנע מענטשן.

9 האָט דָוִד זיך דערװוּסט, אַז שָאול טראַכט קעגן אים שלעכט, און ער האָט געזאָגט צו אֶבֿיָתָר דעם כּהן: גענען דעם אֵפֿוֹד. 10 און דָוִד האָט געזאָגט: ה׳ דו אלוקי יִשׂרָאֵל, הערן האָט געהערט דײַן קנעכט, אַז שָאול װיל קומען קײן קעִילָה, צו צעשטערן די שטאָט פֿון מײַנעט װעגן. 11 װעלן די מענער פֿון קעִילָה מיך איבערענטפֿערן אין זײַן האַנט? װעט שָאול אַראָפּנידערן, אַזױ װי דײַן קנעכט האָט געהערט? ה׳ דו אלוקי יִשׂרָאֵל, זאָג, איך בעט דיך, צו דײַן קנעכט. האָט ה׳ געזאָגט: ער װעט אַראָפּנידערן. 12 האָט דָוִד געזאָגט: װעלן די מענער פֿון קעִילָה איבערענטפֿערן מיך און מײַנע מענטשן אין דער האַנט פֿון שָאולן? האָט ה׳ געזאָגט: זײ װעלן איבערענטפֿערן.

13 איז דָוִד אױפֿגעשטאַנען מיט זײַנע מענטשן, אַרום זעקס הונדערט מאַן, און זײ זײַנען אַרױס פֿון קעִילָה, און זײַנען געגאַנגען װוּ זײ האָט זיך געמאַכט. איז שָאולן אָנגעזאָגט געװאָרן, אַז דָוִד איז אַנטרונען געװאָרן פֿון קעִילָה; און ער האָט זיך פֿאַרמיטן פֿון אַרױסצוגײן.

14 און דָוִד איז געזעסן אין מדבר, אין די פֿעסטונגען; און ער איז געזעסן אױפֿן באַרג אין מדבר זיף. און שָאול האָט אַלע טאָג געזוכט, אָבער אלֹקים האָט אים נישט געגעבן אין זײַן האַנט. 15 און דָוִד האָט געזען, אַז שָאול איז אַרױסגעגאַנגען זוכן זײַן לעבן; און דָוִד איז געװען אין מדבר זיף, אין חוֹרשָה.

16 און יהוֹנָתָן דער זון פֿון שָאולן איז אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען צו דָוִדן קײן חוֹרשָה, און ער האָט געשטאַרקט זײַן האַנט אין אלֹקים. 17 און ער האָט צו אים געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם די האַנט פֿון מײַן פֿאָטער שָאולן װעט דיך נישט געפֿינען, און דו װעסט קיניגן איבער יִשׂרָאֵל, און איך װעל פֿאַר דיר זײַן פֿאַר אַ שני-למלך; און אױך מײַן פֿאָטער שָאול װײס דאָס.

18 און זײ האָבן בײדע געשלאָסן אַ ברית פֿאַר ה׳; און דָוִד איז געבליבן אין חוֹרשָה, און יהוֹנָתָן איז אַװעקגעגאַנגען צו זײַן הױז.

19 און די זיפֿער זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען צו שָאולן קײן גִבֿעָה, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָר, דָוִד באַהאַלט זיך בײַ אונדז אין די פֿעסטונגען אין חוֹרשָה אױפֿן בערגל חַכילֶה װאָס רעכטס פֿון ישימוֹן. 20 און אַצונד, מלך, װען נאָר דײַן האַרץ געלוסט אַראָפּצונידערן, נידער אַראָפּ, און אױף אונדז איז אים איבערצוענטפֿערן אין דער האַנט פֿון מלך. 21 האָט שָאול געזאָגט: געבענטשט זאָלט איר זײַן פֿון ה׳, װאָס האָט איר אײַך דערבאַרעמט אױף מיר. 22 גײט, איך בעט אײַך, פּאַסט װידער אױף, און װערט געװאָר, און מערקט זײַן אָרט װוּ זײַן פֿוס איז, װער עס האָט אים דאָרטן געזען; װאָרעם מע האָט מיר געזאָגט, ער איז זײער ליסטיק. 23 דערום זעט, און װערט געװאָר אַלע באַהעלטענישן װאָס ער באַהאַלט זיך דאָרטן, און איר זאָלט זיך אומקערן צו מיר מיט זיכערן, און איך װעל גײן מיט אײַך; און עס װעט זײַן, אױב ער איז אין לאַנד, װעל איך אים אַרומזוכן צװישן אַלע טױזנטן פֿון יהוּדה.

24 זײַנען זײ אױפֿגעשטאַנען, און זײַנען געגאַנגען קײן זיף פֿאַרױס פֿאַר שָאולן. און דָוִד און זײַנע מענטשן זײַנען געװען אין מדבר מָעוֹן, אין דעם פּלױן, רעכטס פֿון ישימוֹן.

25 און װי שָאול און זײַנע מענטשן זײַנען געגאַנגען זוכן, אַזױ האָט מען אָנגעזאָגט דָוִדן, און ער האָט אַראָפּגענידערט צום פֿעלדז, און האָט זיך באַזעצט אין מדבר מָעוֹן. האָט שָאול דערהערט, און ער האָט נאָכגעיאָגט דָוִדן אין מדבר מָעוֹן. 26 און שָאול איז געגאַנגען פֿון דער זײַט באַרג, און דָוִד און זײַנע מענטשן פֿון דער אַנדער זײַט באַרג; און דָוִד האָט זיך געאײַלט אַװעקצוגײן פֿון שָאולן, און שָאול און זײַנע מענטשן האָבן אַרומגערינגלט דָוִדן און זײַנע מענטשן זײ צו כאַפּן. 27 איז אָנגעקומען אַ שליח צו שָאולן, אַזױ צו זאָגן: אײַל זיך און קום, װאָרעם די פּלִשתּים זײַנען אָנגעפֿאַלן אױפֿן לאַנד. 28 האָט שָאול זיך אומגעקערט פֿון נאָכיאָגן דָוִדן, און ער איז געגאַנגען אַקעגן די פּלִשתּים. דעריבער האָט מען גערופֿן יענעם אָרט סלַע-הַמַחלקות.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-