1 און די פּלִשתּים האָבן אײַנגעזאַמלט זײערע מחנות אױף מלחמה. און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אין שׂוֹכוֹ װאָס געהערט צו יהוּדה, און האָבן געלאַגערט צװישן שׂוֹכוֹ און צװישן עַזֵקָה אין אֶפֿס-דַמים.
2 און שָאול און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך אײַנגעזאַמלט און האָבן געלאַגערט אין טאָל אֵלָה; און זײ האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה אַקעגן די פּלִשתּים. 3 און די פּלִשתּים זײַנען געשטאַנען אױפֿן באַרג פֿון דער זײַט, און די יִשׂרָאֵל זײַנען געשטאַנען אױפֿן באַרג פֿון דער אַנדער זײַט, מיט דעם טאָל צװישן זײ. 4 איז אַרױסגעגאַנגען דער צװישנמאַן פֿון דעם לאַגער פֿון די פּלִשתּים מיטן נאָמען גָליַת פֿון גַת, װאָס זײַן הײך איז געװען זעקס אײלן און אַ שפּאַן. 5 און אַ קופּערנער קיװער איז געװען אױף זײַן קאָפּ, און אין אַ שילד פֿון שופּן איז ער געװען אָנגעטאָן, און די װאָג פֿון דעם שילד איז געװען פֿינף טױזנט שקל קופּער. 6 און קופּערנע בלעכן זײַנען געװען אױף זײַנע פֿיס, און אַ קופּערנע פּיקע צװישן זײַנע אַקסלען. 7 און דער האָלץ פֿון זײַן שפּיז איז געװען װי דער שטאַנג פֿון אַ װעבער, און דער קלינג פֿון זײַן שפּיז איז געװען זעקס הונדערט שקל אײַזן. און דער שילדטרעגער איז געגאַנגען אים פֿאַרױס.
8 און ער האָט זיך אַװעקגעשטעלט, און האָט גערופֿן צו די רײען פֿון יִשׂרָאֵל, און האָט צו זײ געזאָגט: נאָך װאָס גײט איר אַרױס אָנריכטן אַ מלחמה? בין איך דען נישט דער פּלִשתּי, און איר קנעכט בײַ שָאולן? קלײבט אײַך אױס אַ מאַן, און זאָל ער אַראָפּנידערן צו מיר. 9 אױב ער װעט קענען מלחמה האַלטן מיט מיר, און װעט מיך דערשלאָגן, װעלן מיר זײַן קנעכט צו אײַך; און אױב איך װעל אים בײַקומען, און װעל אים דערשלאָגן װעט איר זײַן קנעכט צו אונדז, און װעט אונדז דינען.
10 און דער פּלִשתּי האָט געזאָגט: איך שפּאָט פֿון די רײען פֿון יִשׂרָאֵל הײַנטיקן טאָג; גיט מיר אַ מאַן און לאָמיר מלחמה האַלטן מיט אַנאַנדער.
11 און שָאול און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן געהערט די דאָזיקע װערטער פֿון דעם פּלִשתּי, און זײ האָבן זיך דערשראָקן, און האָבן זײער מורא געהאַט.
12 און דָוִד איז געװען דער זון פֿון יענעם אֶפֿרָתער מאַן פֿון בֵית-לֶחֶם-יהוּדה, װאָס זײַן נאָמען איז געװען יִשַי; און ער האָט געהאַט אַכט זין. און דער מאַן איז אין די טעג פֿון שָאולן געװען אַ זקן װאָס קומט צװישן לײַט. 13 און די דרײַ עלטערע זין פֿון יִשַין זײַנען געגאַנגען נאָך שָאולן אין דער מלחמה; און די נעמען פֿון זײַנע דרײַ זין װאָס זײַנען געגאַנגען אין דער מלחמה, זײַנען געװען: אֶליאָבֿ דער בכוֹר, און דער צװײטער פֿון אים אַבֿינָדָבֿ, און דער דריטער שַמָה. 14 און דָוִד איז געװען דער קלענסטער; און די דרײַ גרעסערע זײַנען געגאַנגען נאָך שָאולן. 15 און דָוִד פֿלעגט גײן און זיך אומקערן פֿון שָאולן צו פֿיטערן די שאָף פֿון זײַן פֿאָטער אין בֵית-לֶחֶם.
16 און דער פּלִשתּי האָט גענענט פֿרי און שפּעט, און האָט זיך געשטעלט פֿערציק טעג נאָכאַנאַנד.
17 און יִשַי האָט געזאָגט צו זײַן זון דָוִדן: נעם אַקאָרשט פֿאַר דײַנע ברידער אַן אֵיפֿה פֿון די דאָזיקע געברענטע זאַנגען, און די דאָזיקע צען ברױטן, און לױף דערמיט אַריבער אין לאַגער צו דײַנע ברידער.
18 און די דאָזיקע צען קעז זאָלסטו ברענגען צו דעם הױפּטמאַן פֿון דעם טױזנט; און זאָלסט פֿרעגן דײַנע ברידער אױף פֿריד, און נעמען פֿון זײ אַ צײכן.
19 און שָאול און זײ און אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען געװען אין טאָל אֵלָה, אין מלחמה מיט די פּלִשתּים.
20 האָט זיך דָוִד געפֿעדערט אין דער פֿרי, און ער האָט איבערגעלאָזט די שאָף אױף אַ שומר, און ער האָט גענומען און איז געגאַנגען אַזױ װי יִשַי האָט אים באַפֿױלן, און ער איז אָנגעקומען אין לאַגעררינג, װען דער חיל װאָס איז אַרױסגעגאַנגען אין שלאַכט, האָט געשאַלט אױף מלחמה. 21 און יִשׂרָאֵל און די פּלִשתּים האָבן זיך אױסגעשטעלט אַ רײ קעגן אַ רײ. 22 האָט דָוִד איבערגעלאָזט די זאַכן פֿון זיך אױף דער האַנט פֿון דעם שומר פֿון די זאַכן, און ער איז געלאָפֿן צום שלאַכטפֿעלד; און ער איז געקומען און האָט געפֿרעגט זײַנע ברידער אױף פֿריד.
23 װי ער רעדט מיט זײ, ערשט דער צװישנמאַן װאָס זײַן נאָמען איז געװען גָליַת דער פּלִשתּי פֿון גַת, קומט אַרױף פֿון די רײען פֿון די פּלִשתּים, און ער האָט גערעדט אַזױ װי יענע רײד; און דָוִד האָט געהערט.
24 און אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל, װי זײ האָבן דערזען דעם מאַן, אַזױ זײַנען זײ אַנטלאָפֿן פֿאַר אים, און האָבן זײער מורא געהאַט. 25 און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געזאָגט: האָט איר געזען דעם דאָזיקן מאַן װאָס קומט אַרױף? װאָרעם צו לעסטערן יִשׂרָאֵל קומט ער אַרױף; און עס װעט זײַן, דער מאַן װאָס װעט אים דערשלאָגן, װעט אים דער מלך מאַכן פֿאַר אַ גרױס עושר, און װעט אים געבן זײַן טאָכטער, און זײַן פֿאָטערס הױז װעט ער מאַכן פֿרײַ אין יִשׂרָאֵל.
26 האָט דָוִד געזאָגט צו די מענטשן װאָס זײַנען געשטאַנען לעבן אים, אַזױ צו זאָגן: װאָס װעט געטאָן װערן צו דעם מאַן װאָס װעט דערשלאָגן יענעם פּלִשתּי, און װעט אָפּטאָן די שאַנד פֿון יִשׂרָאֵל? װאָרעם װער איז דער דאָזיקער אומבאַשניטינער פּלִשתּי, אַז ער זאָל לעסטערן די רײען פֿון אלֹקים חַיִּים? 27 האָט דאָס פֿאָלק אים געזאָגט אַזױ װי דאָס דאָזיקע רײד, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װעט געטאָן װערן צו דעם מאַן װאָס װעט אים דערשלאָגן.
28 האָט אֶליאָבֿ, זײַן עלטערער ברודער, געהערט װי ער רעדט צו די מענטשן, און דער צאָרן פֿון אֶליאָבֿן האָט געגרימט אױף דָוִדן, און ער האָט געזאָגט: צו װאָס גאָר האָסטו אַראָפּגענידערט, און אױף װעמען האָסטו איבערגעלאָזט יענע ביסל שאָף אין מדבר? איך קען דײַן מוטװיליקײט, און די שלעכטיקײט פֿון דײַן האַרצן, אַז כּדי צוצוקוקן די מלחמה האָסטו אַראָפּגענידערט. 29 האָט דָוִד געזאָגט: װאָס האָב איך אַצונד געטאָן? עס איז דאָך נאָר אַ גערײד.
30 און ער האָט זיך אָפּגעדרײט פֿון אים צו אַן אַנדערן, און האָט געפֿרעגט די אײגענע זאַך, און דאָס פֿאָלק האָט אים געענטפֿערט אַזױ װי דאָס פֿריִערדיקע גערײד.
31 זײַנען געהערט געװאָרן די װערטער װאָס דָוִד האָט גערעדט, און מע האָט דערצײלט פֿאַר שָאולן, און ער האָט אים געלאָזט ברענגען צו זיך. 32 און דָוִד האָט געזאָגט צו שָאולן: זאָל קײן מענטשנס האַרץ נישט אַראָפּפֿאַלן איבער אים; דײַן קנעכט װעט גײן, און װעט מלחמה האַלטן מיט דעם דאָזיקן פּלִשתּי. 33 האָט שָאול געזאָגט צו דָוִדן: קענסט נישט גײן אױף דעם דאָזיקן פּלִשתּי, מלחמה צו האַלטן מיט אים, װאָרעם דו ביסט אַ ייִנגל, און ער איז אַ מאַן פֿון מלחמה פֿון זײַן יוגנט אָן. 34 האָט דָוִד געזאָגט צו שָאולן: דײַן קנעכט איז געװען אַ פּאַסטוך פֿאַר זײַן פֿאָטער בײַ די שאָף, און אַז אַ לײב איז געקומען, אָדער אַ בער, און האָט אַװעקגעטראָגן אַ שעפּס פֿון דער סטאַדע, 35 בין איך אַרױסגעגאַנגען נאָך אים, און האָב אים געשלאָגן, און האָב אַרױסגעריסן פֿון זײַן מױל; און אַז ער האָט זיך געשטעלט אַקעגן מיר, האָב איך אים אָנגענומען בײַם באָרד, און האָב אים דערשלאָגן און אים געטײט. 36 אי דעם לײב אי דעם בער האָט דײַן קנעכט דערשלאָגן; און דער דאָזיקער אומבאַשניטינער פּלִשתּי װעט זײַן װי אײנער פֿון זײ. װײַל ער האָט געלעסטערט די רײען פֿון דעם לעבעדיקן אלֹקים.
37 און דָוִד האָט געזאָגט: ה׳ װאָס האָט מיך מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון לײב, און פֿון דער האַנט פֿון בער, ער װעט מיך מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון דעם דאָזיקן פּלִשתּי. האָט שָאול געזאָגט צו דָוִדן: גײ, און זאָל ה׳ זײַן מיט דיר.
38 און שָאול האָט אָנגעטאָן דָוִדן זײַנע קלײדער, און ער האָט אַרױפֿגעטאָן אַ קופּערנעם קיװער אױף זײַן קאָפּ, און אים אָנגעטאָן אַ שילד. 39 און דָוִד האָט אָנגעגורט זײַן שװערד איבער זײַנע קלײדער, און זיך געמאַטערט צו גײן, װײַל ער איז נישט געװען צוגעװױנט. האָט דָוִד געזאָגט צו שָאולן: איך קען נישט גײן אין די דאָזיקע, װײַל איך בין נישט צוגעװױנט. און דָוִד האָט זײ אױסגעטאָן פֿון זיך. 40 און ער האָט גענומען זײַן שטעקן אין זײַן האַנט, און האָט זיך אױסגעקליבן פֿינף גלאַטע שטײנער פֿון דעם באַך, און אַרײַנגעטאָן אין דעם פּאַסטוכזעקל װאָס ער האָט געהאַט, אין דעם בײַטל; און זײַן שלײַדערער איז געװען אין זײַן האַנט; און ער האָט גענענט צו דעם פּלִשתּי.
41 און דער פּלִשתּי איז געגאַנגען אַלץ נענטער צו דָוִדן און דער מאַן װאָס טראָגט דעם שילד, אים פֿאַרױס. 42 און דער פּלִשתּי האָט אַ קוק געטאָן און האָט דערזען דָוִדן, און האָט אים פֿאַראַכט, װאָרעם ער איז געװען אַ ייִנגל, און גערױטלט, אױך שײן אױפֿן פּנים. 43 און דער פּלִשתּי האָט געזאָגט צו דָוִדן: צי אַ הונט בין איך, װאָס דו קומסט צו מיר מיט שטעקנס? און דער פּלִשתּי האָט געשאָלטן דָוִדן בײַ זײַן ג-ט. 44 און דער פּלִשתּי האָט געזאָגט צו דָוִדן: קום צו מיר, און איך װעל געבן דײַן פֿלײש צום פֿױגל פֿון הימל און צו דער חיה פֿון פֿעלד. 45 האָט דָוִד געזאָגט צו דעם פּלִשתּי: דו קומסט צו מיר מיט אַ שװערד און מיט אַ שפּיז און מיט אַ פּיקע, און איך קום צו דיר אין דעם נאָמען פֿון ה׳ צבָֿאוֹת, דעם ה׳ פֿון די רײען פֿון יִשׂרָאֵל װאָס דו האָסט געלעסטערט. 46 הײַנטיקן טאָג װעט דיך ה׳ איבערענטפֿערן און איך װעל דיך דערשלאָגן, און װעל אַראָפּנעמען דײַן קאָפּ פֿון דיר; און איך װעל געבן די פּגרים פֿון דער מחנה פֿון די פּלִשתּים הײַנטיקן טאָג צום פֿױגל פֿון הימל און צו דער חיה פֿון דער ערד; און די גאַנצע ערד װעט װיסן, אַז פֿאַראַן אלֹקים בײַ יִשׂרָאֵל. 47 און די דאָזיקע גאַנצע אײַנזאַמלונג װעט װיסן אַז נישט מיט אַ שװערד און מיט אַ שפּיז העלפֿט ה׳; װאָרעם די מלחמה איז ה׳ס, און ער װעט אײַך געבן אין אונדזער האַנט.
48 און עס איז געװען, װי דער פּלִשתּי איז אױפֿגעשטאַנען און איז געגאַנגען און האָט גענענט אַנטקעגן דָוִדן, אַזױ האָט דָוִד געאײַלט, און איז געלאָפֿן צום שלאַכטפֿעלד אַנטקעגן דעם פּלִשתּי. 49 און דָוִד האָט אַרײַנגעשטעקט זײַן האַנט אין זעקל, און האָט אַרױסגענומען פֿון דאָרטן אַ שטײן, און אַ שלײַדער געטאָן, און געטראָפֿן דעם פּלִשתּי אין זײַן שטערן. און דער שטײן איז אַרײַנגעזונקען אין זײַן שטערן, און ער איז געפֿאַלן אױף זײַן פּנים צו דער ערד. 50 אַזױ האָט דָוִד איבערגעשטאַרקט דעם פּלִשתּי מיט אַ שלײַדערער און מיט אַ שטײן, און געטראָפֿן דעם פּלִשתּי, און אים געטײט; און קײן שװערד איז נישט געװען אין דָוִדס האַנט.
51 און דָוִד איז צוגעלאָפֿן, און האָט זיך געשטעלט איבער דעם פּלִשתּי, און האָט אָנגענומען זײַן שװערד, און זי אַרױסגעצױגן פֿון איר שײד, און אים געטײט; און ער האָט אָפּגעשניטן מיט איר זײַן קאָפּ. און די פּלִשתּים האָבן געזען אַז זײער גיבור איז טױט, און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן. 52 און די מענער פֿון יִשׂרָאֵל און יהוּדה זײַנען אױפֿגעשטאַנען און האָבן געשאַלט, און נאָכגעיאָגט די פּלִשתּים ביז דו קומסט קײן גַי, און ביז די טױערן פֿון עֶקרוֹן. און עס זײַנען געפֿאַלן דערשלאָגענע פֿון די פּלִשתּים אױף דעם װעג פֿון שַעֲרַיִם, און ביז גַת, און ביז עֶקרוֹן. 53 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך אומגעקערט פֿון נאָכיאָגן די פּלִשתּים, און זײ האָבן אױסגערױבט זײער לאַגער.
54 און דָוִד האָט גענומען דעם קאָפּ פֿון דעם פּלִשתּי, און האָט אים געבראַכט קײן ירושָלַיִם, און זײַנע װאַפֿן האָט ער אַהינגעטאָן אין זײַן געצעלט.
55 און אַז שָאול האָט געזען דָוִדן אַרױסגײן אַקעגן דעם פּלִשתּי, האָט ער געזאָגט צו אַבֿנֵר דעם חיל-לידער: װעמעס זון איז דער דאָזיקער בחור, אַבֿנֵר? האָט אַבֿנֵר געזאָגט: אַזױ װי דײַן זעל לעבט, מלך, אױב איך װײס! 56 האָט דער מלך געזאָגט: פֿרעג דו זיך נאָך װעמעס זון דער יונג איז.
57 און װי דָוִד האָט זיך אומגעקערט פֿון שלאָגן דעם פּלִשתּי, אַזױ האָט אים אַבֿנֵר גענומען, און האָט אים געבראַכט פֿאַר שָאולן, מיט דעם קאָפּ פֿון דעם פּלִשתּי אין זײַן האַנט. 58 האָט שָאול צו אים געזאָגט: װעמעס זון ביסטו, בחור? האָט דָוִד געזאָגט: דער זון פֿון דײַן קנעכט יִשַין פֿון בֵית-לֶחֶם.