Publicidade

1 Samuel 18

1 און עס איז געװען, װי ער האָט געענדיקט רעדן צו שָאולן, אַזױ איז די זעל פֿון יהוֹנָתָנען צוגעבונדן געװאָרן צו דער זעל פֿון דָוִדן, און יהוֹנָתָן האָט אים ליב געקריגן אַזױ װי זײַן אײגן זעל. 2 און שָאול האָט אים צוגענומען אין יענעם טאָג, און האָט אים נישט געלאָזט זיך אומקערן צו זײַן פֿאָטערס הױז. 3 און יהוֹנָתָן האָט געשלאָסן אַ ברית מיט דָוִדן, װײַל ער האָט אים ליב געהאַט װי זײַן אײגן זעל. 4 און יהוֹנָתָן האָט אױסגעטאָן דעם מאַנטל װאָס אױף זיך, און האָט אים געשאָנקען דָוִדן; אױך זײַנע קלײדער, ביז אױף זײַן שװערד, און ביז אױף זײַן בױגן, און ביז אױף זײַן גאַרטל.

5 און אַז דָוִד איז אַרױסגעגאַנגען, איז, װוּ שָאול פֿלעגט אים שיקן, פֿלעגט ער באַגליקן. און שָאול האָט אים אױפֿגעזעצט איבער די מלחמה-לײַט; און ער איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון גאַנצן פֿאָלק, און אױך אין די אױגן פֿון שָאולס קנעכט.

6 און עס איז געװען, בײַ זײער אָנקומען, אַז דָוִד האָט זיך אומגעקערט פֿון שלאָגן דעם פּלִשתּי, זײַנען אַרױסגעגאַנגען די װײַבער פֿון אַלע שטעט פֿון יִשׂרָאֵל מיט געזאַנג און טענץ אַנטקעגן דעם מלך שָאולן, מיט פּױקן, מיט שׂימחה, און מיט צימבלען. 7 און די װײַבער די שפּילערינס האָבן געזונגען און געזאָגט:

שָאול האָט געשלאָגן אין זײַנע טױזנטן,

און דָוִד אין זײַנע צענטױזנטן.

8 האָט שָאולן זײער געברענט, און דאָס דאָזיקע גערײד איז געװען שלעכט אין זײַנע אױגן, און ער האָט געזאָגט: דָוִדן האָבן זײ געגעבן די צענטױזנטן, און מיר האָבן זײ געגעבן די טױזנטן, און אים פֿעלט נאָך בלױז די מלוכה. 9 און שָאול האָט געקוקט קרום אױף דָוִדן פֿון יענעם טאָג און װײַטער.

10 און עס איז געװען אױף מאָרגן, איז אַ בײזער גײַסט פֿון אלֹקים געקומען אױף שָאולן, און ער האָט אין הױז נבֿיאות געזאָגט, און דָוִד האָט געשפּילט מיט זײַן האַנט אַזױ װי טאָג אין טאָג, און אין שָאולס האַנט איז געװען דער שפּיז. 11 האָט שָאול אַ װאָרף געטאָן דעם שפּיז, און ער האָט געקלערט: איך װעל דורכשטעכן דָוִדן ביז אין װאַנט. אָבער דָוִד האָט זיך אָפּגעדרײט פֿון אים צװײ מאָל.

12 און שָאול האָט מורא געהאַט פֿאַר דָוִדן, װאָרעם ה׳ איז געװען מיט אים, און פֿון שָאולן האָט ער זיך אָפּגעטאָן. 13 און שָאול האָט אים אָפּגעטאָן פֿון זיך, און אים געמאַכט פֿאַר אַ הױפּטמאַן פֿון טױזנט, און ער איז געגאַנגען און געקומען דעם פֿאָלק פֿאַרױס. 14 און דָוִד האָט באַגליקט אין אַלע זײַנע װעגן, און ה׳ איז געװען מיט אים. 15 און שָאול האָט געזען אַז ער באַגליקט זײער, און ער האָט זיך געשראָקן פֿאַר אים. 16 אָבער גאַנץ יִשׂרָאֵל און יהוּדה האָט ליב געהאַט דָוִדן, װאָרעם ער פֿלעגט גײן און קומען זײ פֿאַרױס.

17 און שָאול האָט געזאָגט צו דָוִדן: אָט איז מײַן עלטערע טאָכטער מֵרַבֿ; זי װעל איך דיר געבן פֿאַר אַ װײַב, אָבער זײַ מיר אַ העלדישער יונג, און פֿיר די מלחמות פֿון ה׳. װאָרעם שָאול האָט געקלערט: זאָל נישט מײַן האַנט זײַן אױף אים, נײַערט די האַנט פֿון די פּלִשתּים זאָל זײַן אױף אים. 18 האָט דָוִד געזאָגט צו שָאולן: װער בין איך? און װאָס איז מײַן לעבן, אָדער מײַן פֿאָטערס משפּחה אין יִשׂרָאֵל, אַז איך זאָל װערן אַן אײדעם בײַם מלך?

19 אָבער עס איז געװען, בעת מע האָט געזאָלט געבן מֵרַבֿ די טאָכטער פֿון שָאולן צו דָוִדן, איז זי אַװעקגעגעבן געװאָרן צו עַדריאֵלן פֿון מחוֹלָה פֿאַר אַ װײַב.

20 און מִיכל די טאָכטער פֿון שָאולן האָט ליב געהאַט דָוִדן; האָט מען דערצײלט שָאולן, און די זאַך איז װױלגעפֿעלן אין זײַנע אױגן. 21 און שָאול האָט געקלערט: איך װיל זי אים געבן, כּדי זי זאָל אים זײַן פֿאַר אַ שטרױכלונג, און די האַנט פֿון די פּלִשתּים זאָל זײַן אױף אים. און שָאול האָט געזאָגט צו דָוִדן: װעסט הײַנט װערן מײַן אײדעם מיט דער צװײטער.

22 און שָאול האָט באַפֿױלן זײַנע קנעכט: רעדט צו דָוִדן שטילערהײט, אַזױ צו זאָגן: זע, דער מלך װיל דיך, און אַלע זײַנע קנעכט האָבן דיך ליב, טאָ װער אַצונד דעם מלכס אײדעם.

23 האָבן שָאולס קנעכט גערעדט אין די אױערן פֿון דָוִדן די דאָזיקע װערטער. און דָוִד האָט געזאָגט: גרינג אין אײַערע אױגן צו װערן דעם מלכס אײדעם, אַז איך בין אַן אָרעמאַן און גרינגגעשאַצט?

24 האָבן די קנעכט פֿון שָאולן אים דערצײלט, אַזױ צו זאָגן: אַזױ װי די דאָזיקע װערטער האָט דָוִד גערעדט. 25 האָט שָאול געזאָגט: אַזױ זאָלט איר זאָגן צו דָוִדן: דער מלך װיל נישט קײן נדן, נײַערט הונדערט פֿאָרהױטן פֿון די פּלִשתּים, זיך נוקם צו זײַן אָן דעם מלכס פֿײַנט. און שָאול האָט גערעכנט צו מאַכן פֿאַלן דָוִדן דורך דער האַנט פֿון די פּלִשתּים.

26 האָבן זײַנע קנעכט דערצײלט דָוִדן די דאָזיקע װערטער, און די זאַך איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון דָוִדן, צו װערן דעם מלכס אײדעם. און די טעג זײַנען נאָך צו מאָל נישט דערפֿילט געװאָרן, 27 איז דָוִד אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעקגעגאַנגען, ער מיט זײַנע מענטשן, און ער האָט געשלאָגן פֿון די פּלִשתּים צװײ הונדערט מאַן. און דָוִד האָט געבראַכט זײערע פֿאָרהױטן, און מע האָט זײ איבערגעגעבן פֿאַרפֿול צום מלך, כּדי ער זאָל װערן דעם מלכס אײדעם. און שָאול האָט אים געגעבן זײַן טאָכטער מִיכלען פֿאַר אַ װײַב.

28 און שָאול האָט געזען און פֿאַרשטאַנען אַז ה׳ איז מיט דָוִדן. און מִיכל די טאָכטער פֿון שָאולן האָט אים ליב געהאַט. 29 און שָאול האָט נאָך מער מורא געקריגן פֿאַר דָוִדן. און שָאול איז געװען דָוִדן אַ שׂונא אַלע טעג.

30 און די האַרן פֿון די פּלִשתּים פֿלעגן אַרױסגײן; און עס איז געװען, װען נאָר זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען, האָט דָוִד באַגליקט מער פֿון אַלע קנעכט פֿון שָאולן, און זײַן נאָמען איז געװען זײער געאַכט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-