Publicidade

1 Samuel 2

1 און חנה האָט מתפּלל געװען, און האָט געזאָגט:

מײַן האַרץ איז לוסטיק דורך ה׳,

מײַן האָרן איז דערהױבן דורך ה׳;

מײַן מױל איז ברײט אַקעגן מײַנע פֿײַנט,

װאָרעם איך פֿרײ זיך מיט דײַן הילף.

2 נישטאָ אַ הײליקער װי ה׳,

װאָרעם חוץ דיר איז נישטאָ;

און נישטאָ אַ פֿעלדז װי אלוקינו.

3 נישט מערן זאָלט איר הױכהאָפֿערדיקע רײד,

נישט אַרױס זאָל פֿאַרשײַטס פֿון אײַער מױל.

װאָרעם אַן אֵל פֿון װיסענשאַפֿט איז ה׳,

און פֿון אים װערן מעשׂים געװױגן.

4 דער בױגן פֿון גיבוֹרים װערט צעבראָכן.

און געשטרױכלטע גורטן אָן קראַפֿט.

5 זאַטע פֿאַרדינגען זיך אום ברױט,

און הונגעריקע רוען אָפּ;

בעת די עקרה געבערט זיבן,

װערט די רײַכע אין קינדער פֿאַרװעלקט.

6 ה׳ טײט און ה׳ מאַכט לעבעדיק,

ער מאַכט נידערן אין שְׁאֹול און ברענגט אױף.

7 ה׳ מאַכט אָרעם און מאַכט רײַך,

ער דערנידערט און דערהײבט.

8 ער ריכט אױף פֿון שטױב דעם אָרעמאַן.

פֿון מיסט הײבט ער אױף דעם אבֿיון,

זײ צו זעצן מיט פֿירשטן,

און אַ טראָן פֿון כּבֿוד מאַכט ער זײ אַרבן;

װאָרעם ה׳ס זײַנען די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד.

און ער האָט אױף זײ די װעלט געשטעלט.

9 די פֿיס פֿון זײַנע פֿרומע באַהיט ער,

און רשעים װערן אין חושך פֿאַרשניטן;

װאָרעם נישט מיט כּוֹח איז אַ מענטש שטאַרק.

10 די װאָס קריגן אױף ה׳ װערן צעבראָכן;

ער דונערט אין הימל אױף זײ;

ה׳ משפּט די עקן פֿון דער ערד,

און גיט מאַכט צו זײַן מלך,

און דערהײבט דעם האָרן פֿון זײַן געזאַלבטן.

11 און אֶלקָנָה איז אַװעק קײן רָמָה צו זײַן הױז. און דער ייִנגל האָט געדינט ה׳ לעבן עלי דעם כּהן.

12 און עליס זין זײַנען געװען נידערטרעכטיקע יונגען, זײ האָבן נישט געװאָלט װיסן פֿון ה׳. 13 און דער שטײגער פֿון די כּהנים מיטן פֿאָלק איז געװען: װער נאָר עמעצער עס האָט געשלאַכט אַ שלאַכטאָפּפֿער, אַזױ פֿלעגט קומען דעם כּהנס יונג, װי מע האָט געקאָכט דאָס פֿלײש מיטן דרײַצײניקן גאָפּל אין זײַן האַנט. 14 און פֿלעגט אַרײַנשטעכן אין בעקן אָדער אין פֿאַן אָדער אין קעסל אָדער אין טאָפּ; װאָס נאָר דער גאָפּל האָט אַרױפֿגעבראַכט, האָט דער כּהן צוגענומען דערמיט. אַזױ פֿלעגן זײ טאָן צו גאַנץ יִשׂרָאֵל װאָס זײַנען געקומען אַהין קײן שילוֹ. 15 נאָך אײדער מען האָט געדעמפֿט דאָס פֿעטס, פֿלעגט קומען דעם כּהנס יונג, און זאָגן צו דעם מאַן װאָס האָט געשלאַכט: גיב פֿלײש צום בראָטן פֿאַרן כּהן, װאָרעם ער װיל נישט נעמען פֿון דיר געקאָכט פֿלײש, נײַערט רױ. 16 און אַז דער מאַן האָט צו אים געזאָגט: דעמפֿן זאָל מען אַקאָרשט דעמפֿן דאָס פֿעטס, און נעם דיר װי דײַן האַרץ געלוסט, אַזױ פֿלעגט ער זאָגן: נײן, דװקא איצט מוזטו געבן, אַניט נעם איך מיט געװאַלט. 17 און די זינד פֿון די יונגען איז געװען זײער גרױס פֿאַר ה׳, װאָרעם די מענטשן האָבן מבֿזה געװען דעם מִנְחָה פֿון ה׳.

18 און שמוּאֵל איז געװען אַ דינער פֿאַר ה׳, אַ ייִנגל אָנגעגורט אין אַ לײנענעם אֵפֿוֹד. 19 און אַ קלײן מאַנטעלע פֿלעגט אים זײַן מוטער מאַכן, און אים אַרױפֿברענגען פֿון יאָר צו יאָר, װען זי איז אַרױפֿגעקומען מיט איר מאַן צו שלאַכטן דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון יאָר. 20 און עלי פֿלעגט בענטשן אֶלקָנָהן און זײַן װײַב, און זאָגן: זאָל דיר ה׳ באַשערן זאָמען פֿון דער דאָזיקער װײַב פֿאַר דער אַנטלײַונג װאָס איז אַנטלײַען געװאָרן צו ה׳. און זײ פֿלעגן גײן אַהײם. 21 האָט אױך ה׳ געדאַכט אָן חנהן, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און זי האָט געבאָרן דרײַ זין און צװײ טעכטער. און דער ייִנגל שמוּאֵל איז אױפֿגעװאַקסן בײַ ה׳.

22 און עלי איז געװען זײער אַלט; און ער האָט געהערט אַלץ װאָס זײַנע זין טוען צו גאַנץ יִשׂרָאֵל, און אַז זײ ליגן מיט די װײַבער װאָס זאַמלען זיך אײַן בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 23 און ער האָט צו זײ געזאָגט: פֿאַר װאָס טוט איר אַזעלכע זאַכן? װאָרעם איך הער אײַערע שלעכטע מעשׂים פֿון דעם דאָזיקן גאַנצן פֿאָלק. 24 נישט, זין מײַנע; װאָרעם נישט גוט איז די הערונג װאָס איך הער דאָס פֿאָלק פֿון ה׳ פֿאַרשפּרײטן. 25 װען אַ מענטש זינדיקט קעגן אַ מענטשן, ג-ט װעט פֿאַרמיטלען פֿאַר אים, אָבער אױב אַ מענטש זינדיקט קעגן ה׳, װער װעט פֿאַר אים פֿאַרמיטלען? אָבער זײ האָבן נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון זײער פֿאָטער; װאָרעם ה׳ האָט געװאָלט זײ טײטן.

26 און דער ייִנגל שמוּאֵל איז געװאָרן אַלץ גרעסער, און מער װױלגעפֿעליק אי בײַ ה׳ און אי בײַ לײַטן.

27 און אַ מאַן פֿון ג-ט איז געקומען צו עלין, און האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: איך האָב דאָך אַנטפּלעקן זיך אַנטפּלעקט צו דײַן פֿאָטערס הױז בעת זײ זײַנען געװען אין מִצרַיִם אונטער דעם הױז פֿון פַּרעהן, 28 און אים אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר אַ כּהן צו מיר, אַרױפֿצוגײן אױף מײַן מזבח, צו רײכערן װײַרעך, צו טראָגן אַן אֵפֿוֹד פֿאַר מיר; און איך האָב געגעבן דײַן פֿאָטערס הױז אַלע פֿײַעראָפּפֿער פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 29 פֿאַר װאָס טרעט איר אױף מײַן שלאַכטאָפּפֿער און אױף מײַן שפּײַזאָפּפֿער װאָס איך האָב באַפֿױלן אין מײַן װױנונג, און האַלטסט דײַנע זין אין מער כּבֿוד װי מיך, כּדי אײַך צו שטאָפּן מיטן בעסטן פֿון יעטװעדער קָרבָּן פֿון יִשׂרָאֵל מײַן פֿאָלק? 30 דערום זאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: זאָגן האָב איך געװעסט געזאָגט: דײַן הױז און דײַן פֿאָטערס הױז װעלן אומגײן פֿאַר מיר אױף אײביק; אָבער אַצונד, זאָגט ה׳, פֿאַרמיטן זאָל עס זײַן פֿאַר מיר; װאָרעם די װאָס גיבן מיר כּבֿוד, װעל איך געבן כּבֿוד, און די װאָס פֿאַראַכטן מיך, װעלן גרינגגעשאַצט װערן. 31 זע, טעג קומען, און איך װעל אָפּהאַקן דײַן אָרעם און דעם אָרעם פֿון דײַן פֿאָטערס הױז, אַז אַ זקן װעט נישט זײַן אין דײַן הױז. 32 און װעסט קוקן װי אַ שׂונא פֿון מײַן װױנונג אױף איטלעכן װאָס װעט גוטס טאָן יִשׂרָאֵל; און אַ זקן װעט קײן מאָל נישט זײַן אין דײַן הױז. 33 און נישט איטלעכן פֿון דיר װעל איך פֿאַרשנײַדן פֿון לעבן מײַן מזבח, כּדי צו מאַכן אױסגײן דײַנע אױגן און פֿאַרשמאַכטן דײַן זעל; און אַלע אױפֿגעװאַקסענע אין דײַן הױז װעלן שטאַרבן יונגעלײַט. 34 און דאָס װעט דיר זײַן דער צײכן: װאָס װעט קומען אױף דײַנע צװײ זין, אױף חפֿנין און פּינְחסן – אין אײן טאָג װעלן זײ בײדע שטאַרבן. 35 און איך װעל מיר אױפֿשטעלן אַ געטרײַען כּהן װאָס װעט טאָן אַזױ װי אין מײַן האַרצן און אין מײַן זעל; און איך װעל אים אױפֿבױען אַ זיכער הױז, און ער װעט אומגײן פֿאַר מײַן געזאַלבטן אַלע טעג. 36 און עס װעט זײַן, איטלעכער װאָס בלײַבט איבער אין דײַן הױז, װעט קומען זיך בוקן צו אים אום אַ זילבערשטיק און אַ לעבל ברױט, און װעט זאָגן: נעם מיך צו, איך בעט דיך, צו אײנער פֿון די כּהנות, צו עסן אַ שטיקל ברױט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-