1 די נבֿואה אױף דעם מדבר בײַם ים:
װי שטורעמס אין דָרום װעט עס דורכגײן;
פֿון מדבר קומט עס, פֿון אַ מוראדיקן לאַנד.
2 אַ שװערע זעונג איז מיר אָנגעזאָגט געװאָרן:
דער פֿעלשער פֿעלשט, און דער רױבער רױבט.
גײ, אַרױף עֵילָם! באַלעגער, מָדַי!
אַלע זיפֿצן װאָס דורך איר מאַך איך אױפֿהערן.
3 דערום זײַנען מײַנע לענדן פֿול מיט ציטערניש,
װײען האָבן מיך אָנגענומען
װי װײען פֿון אַ געװינערין;
איך בין צעקרימט און קען נישט הערן,
איך בין צעטומלט און קען נישט זען.
4 צעדולט איז מײַן האַרץ,
אַן אַנגסט האָט מיך צעגרױלט;
מײַן גלוסטיקן אָװנט
האָט מען מיר צו שױדער געמאַכט.
5 מע גרײט דעם טיש, מע דעקט די דעקע,
מע עסט, מע טרינקט –
שטײט אױף, איר האַרן, באַזאַלבט דעם שילד!
6 װאָרעם אַזױ האָט צו מיר אֲדֹנָי געזאָגט:
גײ שטעל אַ װעכטער;
װאָס ער װעט זען זאָל ער זאָגן.
7 און אַז ער װעט זען אַ גערײַט, געשפּאַנען פֿערד,
אַ גערײַט אײזלען, אַ גערײַט קעמלען,
זאָל ער האָרכן אַ האָרכונג, אַ האָרכונג אַ גרױסע.
8 האָט ער אױסגעשריִען װי אַ לײב:
אױפֿן װאַכטורעם, אֲדֹנָי, שטײ איך תּמיד בײַ טאָג,
און אױף מײַן היטונג בין איך געשטעלט אַלע נעכט.
9 און זע, אָט איז געקומען אַ גערײַט מענטשן,
געשפּאַנען פֿערד; און ער האָט אױסגערופֿן און געזאָגט:
געפֿאַלן, געפֿאַלן איז בָבֿל,
און אַלע אירע שניצגעטער
האָט מען צעבראָכן צו דער ערד.
10 דו געדראָשענע מײַנע, און קינד פֿון מײַן שײַער,
װאָס איך האָב געהערט פֿון ה׳ צבָֿאוֹת אלוקי יִשׂרָאֵל,
אײַך האָב איך דערצײלט.
11 די נבֿואה אױף דוּמָה.
צו מיר רופֿט מען פֿון שֵׂעִיר:
װעכטער, װאָס פֿון דער נאַכט?
װעכטער, װאָס פֿון דער נאַכט?
12 זאָגט דער װעכטער: געקומען פֿרימאָרגן און אױך נאַכט;
אױב איר װילט פֿרעגן, פֿרעגט,
קומט װידער צו גײן.
13 די נבֿואה אױף עַרָבֿ:
װי אין װאַלד װעט איר נעכטיקן אין עַרָבֿ,
קאַראַװאַנען פֿון דעדָנים.
14 ברענגט װאַסער אַנטקעגן דעם דאָרשטיקן;
די באַװױנער פֿון לאַנד תֵּימאָ
זאָלן באַגעגענען מיט ברױט פֿאַר אים דעם פֿאַרװאָגלטן.
15 װאָרעם פֿון שװערדן זײַנען זײ אַנטלאָפֿן,
פֿון דער געצױגענער שװערד,
און פֿון דעם געשפּאַנטן בױגן,
און פֿון דער שװערער מלחמה.
16 װאָרעם אַזױ האָט צו מיר אֲדֹנָי געזאָגט: אין נאָך אַ יאָר, װי די יאָרן פֿון אַ געדונגענעם, װעט פֿאַרלענדט װערן די גאַנצע פּראַכט פֿון קֵדָר, 17 און די געבליבענע צאָל בױגנלײַט, די גיבוֹרים פֿון די קינדער פֿון קֵדָר, װעלן זײַן װינציק, װאָרעם ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל האָט גערעדט.