Publicidade

Isaías 26

1 אין יענעם טאָג װעט געזונגען װערן

דאָס דאָזיקע געזאַנג אין לאַנד יהוּדה:

אַ שטאַרקע שטאָט האָבן מיר;

מױערן און פֿעסטונגען מאַכט ער פֿאַר הילף.

2 עפֿנט די טױערן,

און זאָל אַרײַנגײן דאָס גערעכטע פֿאָלק,

װאָס היט אָפּ װאָרהײט.

3 דאָס געמיט װאָס פֿאַרלאָזט זיך

באַהיטסטו אין שלום;

אין שלום, װײַל עס גלױבט אין דיר.

4 פֿאַרזיכערט אײַך אױף ה׳ ביז אײביק,

װאָרעם אין ג-ט ה׳ איז אַן אײביקער פֿעלדז.

5 װאָרעם ער האָט געבײגט די װאָס זיצן אין דער הײך,

די דערהױבענע שטאָט;

ער דערנידערט זי, ער דערנידערט זי ביז דער ערד,

ער ברענגט זי ביזן שטױב.

6 דער פֿוס װעט זי צעטרעטן,

די פֿיס פֿון דעם אָרימען,

די טריט פֿון באַדערפֿטיקע.

7 דער װעג פֿון גערעכטן איז גלײַך;

דו רעכטפֿאַרטיקער, מאַכסט גלאַט דעם שטעג פֿון גערעכטן;

8 יאָ, אױף דעם װעג פֿון דײַנע משפּטים

האָבן מיר געהאָפֿט אױף דיר, ה׳;

צו דײַן נאָמען און צו דײַן געדעכעניש

איז די גלוסטונג פֿון דער זעל.

9 מיט מײַן זעל האָב איך דיך געגלוסט בײַ נאַכט,

יאָ, מיט מײַן גײַסט אין מיר האָב איך דיך געזוכט,

װאָרעם אַז דײַנע משפּטים זײַנען אױף דער ערד,

לערנען גערעכטיקײט די באַװױנער פֿון דער װעלט.

10 װערט דער רשע געלײַטזעליקט,

לערנט ער נישט גערעכטיקײט;

אין לאַנד פֿון ערלעכקײט טוט ער אומרעכט,

און ער זעט נישט די גרױסקײט פֿון ה׳.

11 ה׳, אױפֿגעהױבן איז דײַן האַנט,

אָבער זײ זעען נישט;

זאָלן זײ זען און זיך שעמען

דײַן אָננעמען זיך פֿאַרן פֿאָלק;

יאָ, אַ פֿײַער זאָל דײַנע פֿײַנט פֿאַרצערן.

12 ה׳, באַשער אונדז שלום,

װאָרעם אױך אַלע אונדזערע אױפֿטוען

האָסט דו אױסגעפֿירט פֿאַר אונדז.

13 ה׳ אלוקינו,

האַרן אַחוץ דיר האָבן געהערשט איבער אונדז.

אָבער נאָר דיך האָבן מיר דערמאָנט – דײַן נאָמען.

14 די מתים װעלן נישט לעבעדיק װערן,

די טױטע װעלן נישט אױפֿשטײן;

פֿאַר װאָר האָסט געשטראָפֿט און זײ פֿאַרטיליקט,

און אונטערגעבראַכט יעטװעדער דערמאָנונג פֿון זײ.

15 דו האָסט געמערט דאָס פֿאָלק, ה׳,

דו האָסט געמערט דאָס פֿאָלק, עס איז דײַן כּבֿוד;

האָסט דערגרײכט אַלע װײַטע עקן פֿון דער לאַנד.

16 ה׳, אין נױט האָבן זײ דיך דערמאָנט,

זײ האָבן אױסגעגאָסן אַ שטיל געבעט,

װען דײַן שטראָף איז געװען אױף זײ.

17 װי אַ טראָגעדיקע װאָס גײט צו קינד,

דרײט זיך, שרײַט אין אירע װײען,

אַזױ זײַנען מיר געװען פֿאַר דיר, ה׳.

18 מיר האָבן געטראָגן, מיר האָבן געװײטאָקט,

און אַזױ װי מיר װאָלטן װינט געבאָרן;

קײן ישועות האָבן מיר נישט אױסגעװירקט אין לאַנד,

און נישט אױפֿגעלעבט האָבן די באַװױנער פֿון דער װעלט.

19 דײַנע טױטע װעלן זײ זײַן לעבעדיק,

צוזאַמען מיט מײַן טױטן לײַב װעלע זײ אױפֿשטײן;

װאַכט אױף, און זינגט, איר װאָס רוט אין דעם שטױב!

װאָרעם דײַן טױ איז װי דער טױ פֿון פֿרימאָרגן,

און די ערד װעט אַרױסװאַרפֿן די טױטע.

20 קום, מײַן פֿאָלק, גײ אַרײַן אין דײַנע קאַמערן,

און פֿאַרשליס דײַן טיר הינטער דיר;

באַהאַלט זיך אױף אַ קלײן װײַלע,

ביז דער צאָרן װעט אַריבער.

21 װאָרעם זע, ה׳ גײט אַרױס פֿון זײַן אָרט,

צו באַשטראָפֿן די באַװױנער פֿון דער ערד פֿאַר זײער זינד,

און די ערד װעט אַנטפּלעקן איר בלוט,

און װעט מער נישט פֿאַרדעקן אירע הרוּגים.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-