Publicidade

Isaías 50

1 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:

װוּ איז דער גט פֿון אײַער מוטער,

אַז איך האָב זי אַװעקגעשיקט?

אָדער װער איז פֿון מײַנע מאָנער,

װאָס איך האָב אײַך פֿאַרקױפֿט צו אים?

זעט, איבער אײַערע זינד זײַט איר פֿאַרקױפֿט געװאָרן,

און איבער אײַערע פֿאַרברעכן איז אײַער מוטער אַװעקגעשיקט געװאָרן.

2 פֿאַר װאָס בין איך געקומען, און קײן מענטש איז נישט געװען?

גערופֿן, און קײנער האָט נישט געענטפֿערט?

איז דען קורץ מײַן האַנט אױסצולײזן,

צי נישטאָ קײן כּוֹח אין מיר, אײַך מציל צו זײַן?

זעט, מיט מײַן אָנגעשרײ טריקן איך אױס דעם ים.

איך מאַך פֿון טײַכן אַ מדבר;

זײערע פֿיש װערן דומפּיק אָן װאַסער,

און שטאַרבן פֿון דאָרשטיקײט.

3 איך קלײד די הימלען אין שװאַרצקײט,

און מאַך זאַק זײער צודעק.

4 אֲדֹנָי ה׳ האָט מיר געגעבן

אַ צונג פֿון געלערנטע,

צו װיסן צו העלפֿן דעם מידן מיט אַ װאָרט;

ער װעקט פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן,

ער װעקט מיר דאָס אױער,

צו הערן אַזױ װי די געלערנטע.

5 אֲדֹנָי ה׳ האָט מיר געעפֿנט דאָס אױער,

און איך האָב נישט װידערשפּעניקט,

נישט אָפּגעטרעטן אַהינטער.

6 מײַן רוקן האָב איך געגעבן צו די שלעגער,

און מײַנע באַקן צו די װאָס רײסן אױס דעם באַרט;

איך האָב נישט פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים

פֿון שאַנדן און שפּײַעכץ.

7 אָבער אֲדֹנָי ה׳ װעט מיר העלפֿן,

דערום בין איך נישט פֿאַרשעמט;

דערום האָב איך געמאַכט מײַן פּנים װי קיזל,

און איך װײס אַז איך װעל נישט אין ביוש בלײַבן.

8 נאָנט איז מײַן גערעכטגעבער;

װער װיל זיך לאָדן מיט מיר?

לאָמיר זיך שטעלן בײַנאַנד;

װער איז מײַן בַעַל-דין?

זאָל ער גענענען צו מיר.

9 זע, אֲדֹנָי ה׳ װעט מיר העלפֿן;

װער איז דער װאָס װעט מיך אומגערעכט מאַכן?

זע, זײ אַלע װעלן װי אַ בגד צעפֿאַלן,

מאָיל װעט זײ אױפֿעסן.

10 װער איז צװישן אײַך װאָס האָט מורא פֿאַר ה׳,

װאָס הערט צו דעם קֹול פֿון זײַן קנעכט?

װאָס איז געגאַנגען אין פֿינצטערניש,

און האָט קײן ליכט נישט געהאַט?

זאָל ער זיך פֿאַרזיכערן אױף דעם נאָמען פֿון ה׳,

און זיך אָנלענען אױף זײַן ג-ט.

11 אָט איר אַלע װאָס צינדט אָן אַ פֿײַער,

װאָס גורט אָן פֿונקען –

גײט אין דער פֿלאַם פֿון אײַער פֿײַער,

און אין די פֿונקען װאָס איר האָט אָנגעצונדן!

פֿון מײַן האַנט געשעט דאָס אײַך,

אין װײטאָג װעט איר ליגן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-