1 הערט מיר צו, איר װאָס יאָגט זיך נאָך גערעכטיקײט,
איר װאָס זוכט ה׳:
קוקט אױף דעם פֿעלדז פֿון װאַנען איר זײַט אױסגעהאַקט,
און אױף דער ברונעמגרוב פֿון װאַנען איר זײַט אױסגעגראָבן;
2 קוקט אױף אבֿרהם אײַער פֿאָטער,
און אױף שׂרהן װאָס האָט אײַך געבאָרן;
הגם אײנער, האָב איך אים גערופֿן,
כּדי איך זאָל אים בענטשן, און זאָל אים מערן.
3 פֿאַר װאָר, ה׳ טוט טרײסטן צִיוֹן,
ער טרײסט אַלע אירע חורבֿות;
ער װעט מאַכן אירע מדבר אַזױ װי עֵדֶן,
און אירע װיסטע ערטער אַזױ װי דעם גאָרטן פֿון ה׳,
פֿרײד און שׂימחה װעט אין איר געפֿונען װערן,
לױב און אַ קֹול פֿון געזאַנג.
4 האָרכט צו מיר, מײַן פֿאָלק,
און פֿאַרנעמט צו מיר, מײַן אומה,
װאָרעם אַ תּורה װעט אַרױסגײן פֿון מיר,
און מײַן משפּט װעל איך צום ליכט פֿון די פֿעלקער אַרױסלאָזן.
5 נאָנט איז מײַן גערעכטיקײט,
אַרױס איז מײַן הילף,
און מײַנע אָרעמס װעלן משפּטן די פֿעלקער;
די אינדזלען װעלן האָפֿן אױף מיר,
און אױף מײַן אָרעם װעלן זײ האָפֿן.
6 הײבט אױף צו די הימלען אײַערע אױגן,
און קוקט אױף דער ערד פֿון אונטן,
װאָרעם די הימלען װערן װי רױך צעקראָכן,
און די ערד װעט װי אַ בגד צעפֿאַלן,
און אירע באַװױנער װעלן װי אומגעציפֿער שטאַרבן;
אָבער מײַן הילף װעט זײַן אײביק,
און מײַן גערעכטיקײט װעט נישט אָפּגעבראָכן װערן.
7 הערט מיר צו, איר װאָס װײסט גערעכטיקײט,
דאָס פֿאָלק װאָס מײַן תּורה איז אין זײער האַרצן:
איר זאָלט נישט מורא האָבן פֿאַרן שמאַך פֿון מענטשן,
און פֿאַר זײערע לעסטערונגען זאָלט איר נישט אַנגסטן.
8 װאָרעם אַזױ װי אַ בגד װעט זײ מאָיל אױפֿעסן,
און אַזױ װי װאָל װעט זײ דער װאָרעם אױפֿעסן,
אָבער מײַן גערעכטיקײט װעט זײַן אײביק,
און מײַן הילף אױף דור-דורות.
9 דערװעק דיך, דערװעק דיך,
באַקלײד דיך מיט שטאַרקײט, דו אָרעם פֿון ה׳;
דערװעק דיך װי אין די טעג פֿון אַ מאָל,
אין די דורות פֿון פֿאַרצײַטן.
ביסטו נישט דער װאָס האָט צעהאַקט רַהַבֿ,
װאָס האָט אַרײַנגעשטאָכן די שלאַנג?
10 ביסטו נישט דער װאָס האָט אױסגעטריקנט דעם ים,
די װאַסערן פֿון דעם תּהום דעם גרױסן;
װאָס האָט געמאַכט די טיפֿענישן פֿון ים פֿאַר אַ װעג,
פֿאַר די אױסגעלײזטע אַריבערצוגײן?
11 און די דערלײזטע פֿון ה׳ זאָלן זיך אומקערן,
און קומען קײן צִיוֹן מיט געזאַנג,
און אַן אײביקע שׂימחה זאָל זײַן אױף זײער קאָפּ;
שָׂשׂון-וּשׂימחה זאָל זײ אָניאָגן,
אַנטלױפֿן זאָלן טרױער און זיפֿצעניש.
12 איך, איך בין אײַער טרײסטער;
װער ביסטו, זאָלסט מורא האָבן פֿאַר אַ מענטשן װאָס שטאַרבט,
און פֿאַר אַ מענטשנקינד װאָס װערט צו גראָז געמאַכט?
13 און האָסט פֿאַרגעסן אָן ה׳ דײַן באַשעפֿער,
װאָס האָט אױסגעשפּרײט די הימלען,
און געגרונטפֿעסט די ערד;
און האָסט געאַנגסט נאָכאַנאַנד אַ גאַנצן טאָג
פֿאַרן גרימצאָרן פֿון דעם דריקער,
װי ער האָט זיך אָנגעברײט אומצוברענגען;
אָבער װוּ איז דער גרימצאָרן פֿון דעם דריקער?
14 גיך װערט דער געפֿאַנגענער אָפּגעבונדן,
און ער װעט נישט שטאַרבן אין גרוב,
און נישט געמינערט װערן װעט זײַן ברױט.
15 װאָרעם איך בין ה׳ דײַן ג-ט,
װאָס צערודערט דעם ים, און זײַנע אינדן ברומען,
װאָס ה׳ צבָֿאוֹת איז זײַן נאָמען.
16 און איך האָב אַרײַנגעטאָן מײַנע װערטער אין דײַן מױל,
און מיטן שאָטן פֿון מײַן האַנט האָב איך דיך צוגעדעקט,
כּדי צו פֿלאַנצן די הימלען, און צו גרונטפֿעסטן די ערד,
און זאָגן צו צִיוֹן: מײַן פֿאָלק ביסטו.
17 דערװעק דיך, דערװעק דיך, שטײ אױף, ירושָלַיִם,
דו װאָס האָסט געטרונקען פֿון ה׳ס האַנט
דעם כָּוס פֿון זײַן גרימצאָרן; דעם בעכער,
דעם כָּוס פֿון פֿאַרטומלעניש, געטרונקען און אױסגעזױגן.
18 נישטאָ װער זאָל זי פֿירן,
פֿון אַלע זין װאָס זי האָט געבאָרן,
און נישטאָ װער זאָל האַלטן איר האַנט,
פֿון אַלע זין װאָס זי האָט אױפֿגעצױגן.
19 די בײדע האָבן דיך געטראָפֿן –
װער קען דיך באַקלאָגן?
פֿאַרװיסטונג און בראָך, און הונגער און שװערד –
װי קען איך דיך טרײסטן?
20 דײַנע זין ליגן געחלשטע אין אַלע עק גאַסן,
װי אַ װילדציג אין נעץ;
פֿול מיט דעם גרימצאָרן פֿון ה׳,
מיט דעם אָנגעשרײ פֿון דײַן ג-ט.
21 דערום הער נאָר צו דאָס דאָזיקע, דו אָרימע,
און פֿאַרשיכּורטע, אָבער נישט פֿון װײַן;
22 אַזױ האָט געזאָגט דײַן האַר ה׳,
און דײַן ג-ט װאָס נעמט זיך אָן פֿאַר זײַן פֿאָלק:
זע, איך האָב אַװעקגענומען פֿון דײַן האַנט
דעם כָּוס פֿון פֿאַרטומלעניש,
דעם בעכער, דעם כָּוס פֿון מײַן גרימצאָרן;
װעסט אים מער װידער נישט טרינקען.
23 און איך װעל אים אַרײַנטאָן אין דער האַנט פֿון דײַנע װײטוער,
װאָס האָבן געזאָגט צו דײַן זעל:
בײג זיך אײַן, מיר זאָלן אַריבערגײן;
און האָסט געמאַכט װי די ערד דײַן רוקן,
און װי די גאַס פֿאַר אַריבערגײער.