1 זע, ה׳ לײדיקט אױס די ערד און פֿאַרװיסט זי,
און װעט צעדרײען איר פּנים,
און צעשפּרײטן אירע באַװױנער.
2 און עס װעט זײַן,
אַזױ דאָס פֿאָלק אַזױ דער כּהן,
אַזױ דער קנעכט אַזױ זײַן האַר,
אַזױ די דינסט אַזױ איר האַרינטע,
אַזױ דער קױפֿער אַזױ דער פֿאַרקױפֿער,
אַזױ דער מלװה אַזױ דער לײַער,
אַזױ דער מאָנער אַזױ דער װאָס מע מאָנט פֿון אים.
3 אױסגעלײדיקט װעט אױסגעלײדיקט װערן די ערד,
און צערױבט װעט זי צערױבט װערן;
װאָרעם ה׳ האָט גערעדט דאָס דאָזיקע װאָרט.
4 פֿאַראָבֿלט, פֿאַרװעלקט איז די ערד,
פֿאַרשניטן, פֿאַרװעלקט איז די װעלט,
פֿאַרשניטן די הױכע לײַט פֿון דער ערד.
5 און די ערד איז זינדיק אונטער אירע באַװױנער,
װאָרעם זײ האָבן עובֿר געװען אױף די תּורות,
איבערגעטרעטן דאָס געזעץ,
פֿאַרשטערט דעם אײביקן ברית.
6 דערום עסט אױף אַ קללה די ערד,
און פֿאַרשולדיקט זײַנען די װױנער דערין;
דערום גײען אײַן די באַװױנער פֿון דער ערד,
און מענטשן בלײַבן װינציק.
7 עס טרױערט דער װײַן, פֿאַרװעלקט איז דער װײַנשטאָק,
עס זיפֿצן אַלע פֿרײלעכע הערצער.
8 אױפֿגעהערט האָט די פֿרײד פֿון די פּױקן,
פֿאַרמיטן איז דער ליאַרעם פֿון די לוסטיקע,
אױפֿגעהערט האָט די פֿרײד פֿון דער האַרף.
9 מע טרינקט נישט קײן װײַן מיט געזאַנג,
ביטער איז דער טרונק זײַנע טרינקער.
10 צעבראָכן איז די נישטיקע שטאָט,
פֿאַרשלאָסן איטלעך הױז נישט אַרײַנצוגײן.
11 אַ װײגעשרײ אין די גאַסן בײַם װײַן;
פֿאַרפֿינצטערט איז איטלעכע שׂימחה,
פֿאַרװאָגעלט די פֿרײד פֿונעם לאַנד.
12 געבליבן איז אַ װיסטקײט אין שטאָט,
און צעהאַקט אין אַ חורבֿה איז דער טױער.
13 װאָרעם אַזױ װעט עס זײַן אין מיטן פֿון דער ערד,
צװישן די פֿעלקער; װי בײַם אָפּקלאַפּן אַן אײלבערטבױם,
װי אַ נאָכקלײַב װען די לעז איז געענדיקט.
14 די דאָזיקע װעלן אױפֿהײבן זײער קֹול אין געזאַנג,
װעגן דער גרױסקײט פֿון ה׳ טוען זײ שאַלן פֿון אים.
15 דערום טוט ערלעכן ה׳ אין די לענדער פֿון ליכט,
אױף די אינזלען פֿון ים, דעם נאָמען פֿון ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל.
16 פֿון עק ערד האָבן מיר געזאַנגען געהערט:
פּראַכט צו דעם גערעכטן!
אָבער איך זאָג: איך גײ אײַן,
איך גײ אײַן, װײ איז מיר!
די פֿעלשער טוען פֿעלשן,
יאָ, אַ פֿעלשונג פֿעלשן די פֿעלשער.
17 אַ גרױל און אַ גרוב און אַ נעץ
אױף דיר, באַװױנער פֿון דער ערד.
18 און עס װעט זײַן,
דער װאָס אַנטלױפֿט פֿון דעם קֹול פֿון גרױל,
װעט אַרײַנפֿאַלן אין גרוב,
און דער װאָס קומט אַרױף פֿון גרוב,
װעט געפֿאַנגען װערן אין נעץ;
װאָרעם די פֿענצטער פֿון דער הײך האָבן זיך געעפֿנט,
און עס שטורעמען די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד.
19 ברעכן צעברעכט זיך די ערד,
ברעקלען צעברעקלט זיך די ערד,
װאַקלען טוט זיך װאַקלען די ערד.
20 שאָקלען װי אַ שיכּורער װעט זיך שאָקלען די ערד,
און װעט זיך טרײסלען װי אַ נאַכטבײַדל;
און שװער װעט זײַן איר פֿאַרברעך אױף איר,
און זי װעט פֿאַלן, און מער נישט אױפֿשטײן.
21 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג,
װעט ה׳ זיך רעכענען מיט דעם חיל
פֿון דער הײך אין דער הײך,
און מיט די מלכים פֿון דער ערד
אױף דער ערד.
22 און זײ װעלן אײַנגעזאַמלט װערן
װי מע זאַמלט געפֿאַנגענע אין תּפֿיסה,
און זײ װעלן אײַנגעשלאָסן װערן אין פֿעסטונג,
און ערשט נאָך פֿיל טעג װעלן זײ דערמאָנט װערן.
23 און די לבֿנה װעט זיך שעמען,
און די זון װעט פֿאַרשעמט װערן,
װאָרעם ה׳ צבָֿאוֹת טוט קיניגן
אױף באַרג צִיוֹן, און אין ירושָלַיִם;
און אַנטקעגן זײַנע עלטסטע װעט זײַן אַ פּראַכטיקײט.