Publicidade

Isaías 59

1 זעט, די האַנט פֿון ה׳ איז נישט קורץ צו העלפֿן,

און זײַן אױער איז נישט שװער צו הערן;

2 נאָר אײַערע זינד פֿלעגן צעשײדן צװישן אײַך און אלוקיכם,

און אײַערע חטאָים האָבן פֿאַרבאָרגן זײַן פּנים פֿון אײַך,

נישט צוצוהערן.

3 װאָרעם אײַערע הענט זײַנען באַפֿלעקט מיט בלוט,

און אײַערע פֿינגער מיט זינד;

אײַערע ליפּן זאָגן ליגן,

אײַערע צונג רעדט אומרעכט.

4 קײנער לאָדט נישט מיט גערעכטיקײט,

און קײנער טענהט נישט מיט אמת;

מע פֿאַרזיכערט זיך אױף נישט, און מע רעדט פֿאַלש,

מע טראָגט אומגליק, און מע געבערט אומרעכט.

5 אײַער פֿון אַ שלאַנג בריִען זײ אױס,

און שפּינװעבס טוען זײ װעבן;

דער װאָס עסט פֿון זײערע אײַער שטאַרבט,

און דאָס צעדריקטע ברעכט אױס אין אַן אָטערשלאַנג.

6 זײערע געװעבן זײַנען נישט אױף אַ בגד,

און מען קען זיך נישט צודעקן מיט זײערע אַרבעט;

זײערע אַרבעט איז אַרבעט פֿון אומרעכט,

און אױפֿטו פֿון רױב איז אין זײערע הענט.

7 זײערע פֿיס לױפֿן צו שלעכטס,

און זײ אײַלן צו פֿאַרגיסן אומשולדיק בלוט;

זײערע טראַכטונגען זײַנען טראַכטונגען פֿון אומרעכט,

פֿאַרװיסטונג און בראָך זײַנען אין זײערע שליאַכן.

8 דעם װעג פֿון שלום װײסן זײ נישט,

און נישטאָ קײן גערעכטיקײט אין זײערע גענג;

זײ האָבן פֿאַרקרימט זײערע שטעגן,

קײנער װאָס טרעט דערױף װײס נישט פֿון שלום.

9 דערום איז גערעכטיקײט װײַט פֿון אונדז,

און אונדז דערגרײכט נישט קײן הילף;

מיר האָפֿן אױף ליכט, ערשט עס איז חושך,

אױף שײַן, און מיר גײען אין פֿינצטערניש.

10 מיר טאַפּן װי בלינדע אָן דער װאַנט,

און אַזױ װי אָן אױגן טאַפּן מיר אַרום;

מיר שטרױכלען אין מיטן טאָג, װי אין אָװנט,

מיר זײַנען צװישן געזונטע אַזױ װי די מתים.

11 מיר ברומען װי די בערן אַלע,

און קלאָגן װי די טױבן קלאָגן מיר;

מיר האָפֿן אױף גערעכטיקײט, און נישטאָ,

אױף אַ ישועה, און זי איז װײַט פֿון אונדז.

12 װאָרעם פֿיל זײַנען אונדזערע פֿאַרברעכן פֿאַר דיר,

און אונדזערע חטאָים זאָגן עדות קעגן אונדז;

װאָרעם אונדזערע פֿאַרברעכן זײַנען בײַ אונדז,

און אונדזערע זינד – זײ װײסן מיר װױל:

13 ברעכן און לײקענען אָן ה׳,

און זיך אָפּקערן פֿון הינטער אלוקינו,

רעדן רױב און אָפּקערונג,

טראָגן און אַרױסברענגען פֿון האַרצן פֿאַלשע רײד.

14 און אָפּגעטרעטן אַהינטער איז גערעכטיקײט,

און רעכטפֿאַרטיקײט שטײט פֿון דער װײַטן,

װאָרעם געשטרױכלט אין גאַס איז דער אמת,

און ערלעכקײט קען נישט אַרײַנקומען.

15 און דער אמת פֿעלט,

און דער װאָס קערט זיך אָפּ פֿון בײז,

װערט פֿאַר משוגע געהאַלטן.

און ה׳ האָט געזען,

און עס איז געװען שלעכט אין זײַנע אױגן,

װאָס קײן גערעכטיקײט איז נישטאָ.

16 און ער האָט געזען, אַז קײן מענטש איז נישטאָ,

און זיך פֿאַרװוּנדערט, װאָס קײנער שטעלט זיך נישט אײַן;

האָט אים זײַן אָרעם געהאָלפֿן,

און זײַן גערעכטיקײט, זי האָט אים אונטערגעלענט.

17 און ער האָט אָנגעטאָן גערעכטיקײט װי אַ שילד,

און אַ קיװער פֿון הילף אױף זײַן קאָפּ;

און ער האָט אָנגעטאָן קלײדער פֿון נקמה צום מלבוש,

און זיך אײַנגעװיקלט װי אין אַ מאַנטל אין צאָרן.

18 אַזױ װי נאָך די טוּונגען, אַזױערנאָך װעט ער באַצאָלן,

גרימצאָרן צו זײַנע פֿײַנט, פֿאַרגעלטונג צו זײַנע שׂונאים;

צו די אינדזלען װעט ער פֿאַרגעלטונג באַצאָלן.

19 און מע װעט מורא האָבן פֿאַרן נאָמען ה׳ פֿון מערבֿ,

און פֿון אױפֿגאַנג פֿון זון פֿאַר זײַן כּבֿוד;

װאָרעם דער פֿײַנט װעט אַרײַנקומען װי אַ טײַך,

און דער רוּחַ פֿון ה׳ װעט זיך אױפֿהײבן אַ פֿאָן קעגן אים.

20 און דער אױסלײזער װעט קומען צו צִיוֹן,

און צו אים װאָס טוען אַװעקנעמען זינד אין יעקבֿ,

זאָגט ה׳.

21 און איך – דאָס איז מײַן ברית מיט זײ, זאָגט ה׳: מײַן גײַסט װאָס אױף דיר, און מײַנע װערטער װאָס איך האָב אַרײַנגעטאָן אין דײַן מױל, װעלן זיך נישט אָפּטאָן פֿון דײַן מױל, און פֿון דעם מױל פֿון דײַנע קינדער, און פֿון דעם מױל פֿון דײַנע קינדס-קינדער, זאָגט ה׳, פֿון אַצונד און ביז אײביק.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-