Publicidade

Isaías 60

1 שטײ אױף, לײַכט אױף, װאָרעם דײַן ליכט איז געקומען,

און די פּראַכט פֿון ה׳ שײַנט אױף איבער דיר.

2 װאָרעם זע, פֿינצטערניש װעט באַדעקן די ערד,

און אַ נעבל די פֿעלקער,

אָבער אױף דיר װעט אױפֿשײַנען ה׳,

און זײַן פּראַכט װעט זיך װײַזן אױף דיר.

3 און פֿעלקער װעלן גײן פֿאַר דײַן ליכט,

און מלכים פֿאַר דער העלקײט פֿון דײַן שײַן.

4 הײב אױף רונד אַרום דײַנע אױגן, און זע:

זײ אַלע זײַנען אײַנגעזאַמלט, זײ קומען צו דיר:

דײַנע זין קומען אָן פֿון דער װײַט,

און דײַנע טעכטער װערן אױפֿן זײַט געטראָגן.

5 דענצמאָל װעסטו זען און װעסט לײַכטן,

און ציטערן און ברײט װערן װעט דײַן האַרץ;

װאָרעם איבערגײן צו דיר װעט די רײַכקײט פֿון ים,

דער פֿאַרמעג פֿון די פֿעלקער װעט קומען צו דיר.

6 אַ שפֿע פֿון קעמלען װעט דיך באַדעקן,

יונגקעמלען פֿון מִדיָן און עֵיפֿה,

אַלע פֿון שבֿאָ געקומען;

גאָלד און װײַרעך װעלן זײ טראָגן,

און זײ װעלן מבֿשׂר זײַן דעם לױבן פֿון ה׳.

7 אַלע שאָף פֿון קֵדָר װעלן אײַנגעזאַמלט װערן צו דיר,

די װידערס פֿון נבָֿיוֹת װעלן זײַן דיר צו דינסט;

זײ װעלן אױפֿגײן מיט באַװיליקונג אױף מײַן מזבח;

און מײַן הױז פֿון שײנקײט װעל איך באַשײנען.

8 װער זײַנען די דאָזיקע װאָס פֿליִען װי אַ װאָלקן,

און װי די טױבן צו זײערע פֿענצטער?

9 פֿאַר װאָר, צו מיר װעלן די אינדזלען זיך האָפֿן,

און די שיפֿן פֿון תַּרְשִיש צוערשט,

צו ברענגען דײַנע קינדער פֿון דער װײַט,

זײער גאָלד און זײער זילבער מיט זײ,

צום נאָמען פֿון ה׳ דײַן ג-ט,

און צום הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל,

װײַל ער האָט דיך באַשײנט.

10 און פֿרעמדגעבאָרענע װעלן בױען דײַנע מױערן,

און זײערע מלכים װעלן דיך באַדינען;

װאָרעם אין מײַן צאָרן האָב איך דיך געשלאָגן,

און אין מײַן באַװיליקונג האָב איך דיך דערבאַרעמט.

11 און אָפֿן װעלן זײַן דײַנע טױערן תּמיד,

טאָג און נאַכט װעלן זײ נישט פֿאַרשלאָסן װערן,

כּדי צו ברענגען דעם פֿאַרמעג פֿון די פֿעלקער צו דיר;

און זײערע מלכים װעלן מיטפֿאָרן.

12 װאָרעם דאָס פֿאָלק און דאָס קיניגרײַך,

װאָס װעלן דיר נישט דינען, װעלן אונטערגײן,

און די פֿעלקער װעלן װיסט פֿאַרװיסט װערן.

13 די פּראַכט פֿון לבֿנוֹן װעט קומען צו דיר,

ציפּרעס, טענענבױם, און בוקסנבױם אין אײנעם,

צו באַשײנען דעם אָרט פֿון מײַן מִקדָש;

און דעם אָרט פֿון מײַנע פֿיס װעל איך ערלעכן.

14 און געבױגן װעלן קומען צו דיר

די זין פֿון דײַנע פּײַניקער,

און בוקן זיך צו דײַנע פֿוסטריט

װעלן אַלע דײַנע לעסטערער;

און זײ װעלן דיך רופֿן די שטאָט פֿון ה׳,

צִיוֹן פֿון דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל.

15 אַנשטאָט דײַן זײַן פֿאַרלאָזט און פֿאַרהאַסט,

און אָן אַ דורכגײער,

װעל איך דיך מאַכן צום אײביקן גרױסקײט,

אַ פֿרײד אױף דור-דורות.

16 און װעסט זײגן דאָס מילך פֿון די פֿעלקער,

און די ברוסט פֿון מלכים װעסטו זײגן;

און דו װעסט װיסן אַז איך ה׳ בין דײַן העלפֿער,

און דײַן דערלײזער, דער שטאַרקער פֿון יעקבֿ.

17 אַנשטאָטן קופּער װעל איך ברענגען גאָלד,

און אַנשטאָטן אײַזן װעל איך ברענגען זילבער,

און אַנשטאָט די האָלצן, קופּער,

און אַנשטאָט די שטײנער, אײַזן;

און איך װעל מאַכן פֿאַר דײַן אױפֿזעער שלום,

און פֿאַר דײַנע הערשער גערעכטיקײט.

18 מער װעט נישט געהערט װערן רױב אין דײַן לאַנד

פֿאַרװיסטונג און בראָך אין דײַנע געמאַרקן;

און װעסט רופֿן דײַנע מױערן ישועה,

און דײַנע טױערן לױב.

19 די זון װעט דיר מער נישט זײַן פֿאַר ליכט בײַ טאָג,

און פֿאַר העלקײט װעט דיר נישט שײַנען די לבֿנה,

נאָר ה׳ װעט דיר זײַן פֿאַר אַן אײביקן ליכט,

און דײַן ג-ט פֿאַר דײַן שײנקײט.

20 נישט אונטערגײן װעט דײַן זון מער,

און דײַן לבֿנה װעט נישט אײַנגעטאָן װערן,

װאָרעם ה׳ װעט דיר זײַן פֿאַר אַן אײביקן ליכט,

און געענדיקט װעלן זײַן די טעג פֿון דײַן טרױער.

21 און דײַן פֿאָלק װעלן זײַן אַלע גערעכטע,

אױף אײביק װעלן זײ אַרבן דאָס לאַנד –

דער צװײַג פֿון מײַן פֿלאַנצונג,

דאָס װערק פֿון מײַנע הענט זיך צום רימען.

22 דער קלענסטער װעט װערן צו טױזנט,

און דער מינדסטער צום מאַכטיקן פֿאָלק;

איך ה׳ װעל דאָס אײַלן אין זײַן צײַט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-