Publicidade

Isaías 1

1 די זעונג פֿון ישַעיָהו דעם זון פֿון אָמוצן, װאָס ער האָט געזען אױף יהוּדה און ירושָלַיִם, אין די טעג פֿון עוּזִיָהו, יוֹתָם, אָחָז, יחִזקִיָהו, די מלכים פֿון יהוּדה.

2 הערט איר הימלען, און פֿאַרנעם דו ערד,

װאָרעם ה׳ האָט גערעדט:

קינדער האָב איך דערצױגן און אױפֿגעבראַכט,

און זײ האָבן געבראָכן אָן מיר.

3 אַן אָקס װײס זײַן בַעַל־הבית,

און אַן אײזל די קאָריטע פֿון זײַן האַר;

יִשׂרָאֵל װײס נישט,

מײַן פֿאָלק קוקט זיך נישט אום.

4 װײ, זינדיקע אומה,

פֿאָלק מיט פֿאַרברעכן באַשװערט,

זאָמען פֿון שלעכטסטוער, קינדער פֿאַרדאָרבענע!

פֿאַרלאָזט האָבן זײ ה׳,

געלעסטערט דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל,

אַהינטער זיך אָפּגעקערט.

5 װוּ נאָך װילט איר געשלאָגן װערן,

װאָס איר קערט אײַך נאָך מער אָפּ?

דער גאַנצער קאָפּ איז קראַנק,

און דאָס גאַנצע האַרץ איז אין װײטאָג;

6 פֿון פֿוסטריט ביזן קאָפּ

איז אין אים קײן גאַנץ גליד נישטאָ,

נאָר אַ ריס און אַ בײל און אַן אײַטעריק װוּנד;

נישט אױסגעדריקט זײַנען זײ געװאָרן,

און נישט פֿאַרבונדן, און נישט מיט אײל דערװײכט.

7 אײַער לאַנד איז אַ װיסטעניש,

אײַערע שטעט זײַנען אין פֿײַער פֿאַרברענט;

אײַער ערד – פֿרעמדע פֿאַרצערן זי אײַך אַנטקעגן,

און װיסט איז זי װי דער איבערקער פֿון אַ פֿלײצונג.

8 און געבליבן איז טאָכטער צִיוֹן,

װי אַ בײַדל אין אַ װײַנגאָרטן,

װי אַ נאַכטלעג אין אַ פּלוצערפֿעלד,

װי אַ װאַכבוד פֿון ריטלעך.

9 װען נישט ה׳ צבָֿאוֹת

װאָלט אונדז אַ קלײן איבערבלײַב געלאָזט,

װאָלטן מיר װי סדוֹם געװאָרן,

צו עַמוֹרָה װאָלטן מיר געװען געגליכן.

10 הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳,

איר האַרן פֿון סדוֹם;

פֿאַרנעמט די תּורה פֿון אלוקינו,

איר פֿאָלק פֿון עַמוֹרָה.

11 צו װאָס מיר

אײַערע פֿיל שלאַכטאָפּפֿער? זאָגט ה׳,

איך בין זאַט מיט בראַנדאָפּפֿער פֿון װידערס,

און מיט פֿעטס פֿון געשטאָפּטע;

און בלוט פֿון אָקסן און שעפּסן און בעק

װיל איך נישט פֿאַרלאַנגען.

12 אַז איר קומט זיך װײַזן פֿאַר מיר,

װער בעט דאָס פֿון אײַך מײַנע הױפֿן צו טרעטן?

13 נישט ברענגט מער קָרְבֳנוֹת אומזיסט,

אַן אומװערדיקע דעמפֿונג איז דאָס מיר;

ראָש-חודש און שבת, רופֿן אַ פֿאַרזאַמלונגע –

אומרעכט מיט אײַנזאַמלונג קען איך נישט לײַדן;

14 אײַערע ראָש-חודשן און אײַערע יוֹם-טובֿים

האָט פֿײַנט מײַן זעל;

זײ זײַנען מיר צו לאַסט געװאָרן,

איך קען זײ נישט פֿאַרטראָגן.

15 און אַז איר שפּרײט אױס אײַערע הענט,

װעל איך פֿאַרהױלן מײַנע אױגן פֿון אײַך;

און פֿיל איר זאָלט נישט תּפֿילה טאָן,

הער איך נישט צו;

אײַערע הענט זײַנען פֿול מיט בלוט.

16 װאַשט אײַך, רײניקט אײַך,

טוט אָפּ אײַערע שלעכטע מעשׂים

פֿון קעגן מײַנע אױגן,

הערט אױף שלעכטס טאָן;

17 לערנט גוטס טאָן,

זוכט גערעכטיקײט,

שטאַרקט דעם געדריקטן,

טוט רעכט דעם יתום,

נעמט זיך אָן פֿאַר דער אַלמנה.

18 קומט נאָר, און לאָמיר זיך דורכרעדן,

זאָגט ה׳:

אױב אײַערע זינד װעלן װי קאַרמין זײַן,

װעלן זײ װײַס װי שנײ װערן;

אױב זײ װעלן רױט זײַן װי װערמילפֿאַרב,

װעלן זײ װי װאָל װערן.

19 אױב איר װעט װעלן און װעט צוהערן,

װעט איר עסן דאָס גוטס פֿונעם לאַנד;

20 אָבער אַז איר װעט נישט װעלן, און װעט װידערשפּעניקן,

װעט איר פֿון דער שװערד געגעסן װערן;

װאָרעם דאָס מױל פֿון ה׳ האָט גערעדט.

21 װי איז אַ זוֹנה געװאָרן די געטרײַע שטאָט!

געװען פֿול מיט גערעכטיקײט,

רעכטפֿאַרטיקײט פֿלעגט רוען אין איר,

און אַצונדערטאָ – מערדערס.

22 דײַן זילבער איז פּסולת געװאָרן,

דײַן טראַנק איז מיט װאַסער געמישט.

23 דײַנע האַרן זײַנען אָפּקערערס,

און חבֿרים פֿון גנבֿים;

איטלעכער האָט ליב שוחד,

און יאָגט זיך נאָך געצאָלט;

דעם יתום טוען זײ נישט קײן רעכט,

און דער שטרײַט פֿון דער אַלמנה גײט זײ נישט אָן.

24 דערום זאָגט דער האַר,

ה׳ צבָֿאוֹת, דער מאַכטיקער פֿון יִשׂרָאֵל:

אָ, איך װעל זיך שטילן אָן מײַנע פֿײַנט,

און זיך נוקם זײַן אָן מײַנע שׂונאים.

25 און איך װעל קערן מײַן האַנט אױף דיר,

און לײַטערן װי מיט לױג דײַנע פּסולת,

און אָפּטאָן אַלע דײַנע בלײַען.

26 און איך װעל אומקערן דײַנע ריכטער װי צוערשט,

און דײַנע יוֹעצים װי אין אָנהײב;

דערנאָך װעט מען דיך רופֿן

דער כּרך פֿון גערעכטיקײט, די געטרײַע שטאָט.

27 צִיוֹן װעט דורך גערעכטיקײט דערלײזט װערן,

און אירע צוריקגעקערטע דורך רעכטפֿאַרטיקײט.

28 און אַ בראָך אױף די פֿאַרברעכער און זינדיקע אין אײנעם;

און די װאָס פֿאַרלאָזן ה׳, װעלן פֿאַרלענדט װערן.

29 װאָרעם מע װעט צו שאַנד װערן

פֿון די אײכנבײמער װאָס איר האָט געגלוסט,

און איר װעט זיך שעמען

מיט די גערטנער װאָס איר האָט אױסדערװײלט.

30 װאָרעם איר װעט זײַן װי אַ טערעבינט

װאָס זײַן בלאַט װערט פֿאַרװעלקט,

און װי אַ גאָרטן

װאָס האָט נישט קײן װאַסער.

31 און דער שטאַרקער װעט װערן װי פֿלאַקסשטרױ,

און זײַן װערק אַ פֿונק

און בײדע אין אײנעם װעלן ברענען,

און קײן לעשער װעט נישט זײַן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-