1 דאָס װאָרט װאָס ישַעיָהו דער זון פֿון אָמוצן האָט געזען אױף יהוּדה און ירושָלַיִם.
2 און עס װעט זײַן אין סוף פֿון די טעג,
װעט שטײן פֿעסט דער באַרג פֿון ה׳ס הױז
אױבן אָן פֿון די בערג,
און דערהױבן איבער די הײכן;
און אַלע פֿעלקער װעלן צו אים שטראָמען.
3 און פֿיל אומות װעלן גײן און װעלן זאָגן:
קומט, און לאָמיר אַרױפֿגײן צום באַרג פֿון ה׳,
צום הױז פֿון דעם אלוקי יעקבֿ;
און ער װעט אונדז לערנען פֿון זײַנע װעגן,
און מיר װעלן גײן אין זײַנע שטעגן;
װאָרעם פֿון צִיוֹן װעט אַרױסגײן אַ תּורה,
און ה׳ס װאָרט פֿון ירושָלַיִם.
4 און ער װעט משפּטן צװישן די פֿעלקער,
און אַנטשײדן איבער פֿיל אומות;
און זײ װעלן שמידן זײערע שװערדן אױף אַקעראײַזנס,
און זײערע שפּיזן אױף צװײַגמעסערס;
אַ פֿאָלק קעגן אַ פֿאָלק װעט נישט הײבן אַ שװערד,
און מע װעט נישט מער לערנען מלחמה.
5 הױז פֿון יעקבֿ, קומט, און לאָמיר גײן
אין דעם ליכט פֿון ה׳.
6 װאָרעם האָסט פֿאַרלאָזט דײַן פֿאָלק, דאָס הױז פֿון יעקבֿ,
װײַל זײ זײַנען פֿול מיט כּישוף פֿון מזרח,
און מיט װאָרזאָגער אַזױ װי די פּלִשתּים,
און מיט פֿרעמדגעבאָרענע זאַכן גיבן זײ זיך אָפּ.
7 און אָנגעפֿילט געװאָרן איז זײַן לאַנד מיט זילבער און גאָלד,
און נישטאָ קײן שיעור צו זײַנע אוֹצרות;
און אָנגעפֿילט געװאָרן איז זײַן לאַנד מיט פֿערד,
און נישטאָ קײן שיעור צו זײַנע רײַטװעגן.
8 און אָנגעפֿילט געװאָרן איז זײַן לאַנד מיט אָפּגעטער;
צום װערק פֿון זײערע הענט טוען זײ זיך בוקן,
צו װאָס זײערע פֿינגער האָבן געמאַכט.
9 און געבױגן איז דער מענטש,
און נידעריק איז דער מאַן,
און דו קענסט זײ נישט פֿאַרגעבן.
10 גײ אַרײַן אין פֿעלדז,
און באַהאַלט זיך אין שטױב,
פֿאַר דער פֿאָרכטיקײט פֿון ה׳,
און פֿאַר דער פּראַכט פֿון זײַן גרױסקײט.
11 די האָפֿערדיקע אױגן פֿון מענטשן װערן דערנידערט,
און די הױכקײט פֿון לײַט װעט געבױגן װערן,
און ה׳ אַלײן װעט זײַן דערהױבן אין יענעם טאָג.
12 װאָרעם אַ טאָג איז דאָ בײַ ה׳ צבָֿאוֹת,
אױף אַלעם שטאָלצן און הױכן,
און אױף אַלעם דערהױבענעם,
עס זאָל דערנידערט װערן;
13 און אױף אַלע צעדערן פֿון לבֿנוֹן,
די הױכע און דערהױבענע,
און אױף אַלע אײכנבײמער פֿון בָשָן;
14 און אױף אַלע הױכע בערג,
און אױף אַלע דערהױבענע הײכן;
15 און אױף יעטװעדער הױכן טורעם,
און אױף יעטװעדער באַפֿעסטיקטער מױער;
16 און אױף אַלע שיפֿן פֿון תַּרְשִיש,
און אױף אַלע גלוסטיקע שיפֿן.
17 און די האָפֿערדיקײט פֿון מענטשן װעט געבױגן װערן,
און די הױכקײט פֿון לײַט װעט דערנידערט װערן,
און ה׳ אַלײן װעט זײַן דערהױבן אין יענעם טאָג.
18 און די אָפּגעטער װעלן אין גאַנצן פֿאַרגײן.
19 און מע װעט אַרײַנגײן אין הײלן פֿון פֿעלדזן,
און אין לעכער פֿון דער ערד,
פֿאַר דער פֿאָרכטיקײט פֿון ה׳,
און פֿאַר דער פּראַכט פֿון זײַן גרױסקײט,
װען ער שטײט אױף די ערד אױפֿצוטרײסלען.
20 אין יענעם טאָג װעט אַװעקװאַרפֿן דער מענטש
זײַנע אָפּגעטער פֿון זילבער, און זײַנע אָפּגעטער פֿון גאָלד,
װאָס זײ האָבן זיך געמאַכט, זיך צו בוקן,
פֿאַר די קראָטן און פֿאַר די פֿלעדערמײַז;
21 כּדי אַרײַנצוגײן אין לעכער פֿון פֿעלדזן,
און אין שפּאַלטן פֿון שטײנער,
פֿאַר דער פֿאָרכטיקײט פֿון ה׳,
און פֿאַר דער פּראַכט פֿון זײַן גרױסקײט,
װען ער שטײט אױף די ערד אױפֿצוטרײסלען.
22 פֿאַרמײַדט אײַך פֿונעם מענטשן װאָס אַ אָטעם איז אין זײַן נאָז,
װאָרעם װאָס איז ער גערעכנט?