1 װאָרעם ה׳ װעט דערבאַרעמען יעקבֿ, און װעט װידער אױסדערװײלן יִשׂרָאֵל, און זײ באַרוען אױף זײער ערד; און פֿרעמדע װעלן זיך באַהעפֿטן צו זײ, און װעלן צושטײן צום הױז פֿון יעקבֿ. 2 און פֿעלקער װעלן זײ נעמען, און װעלן זײ ברענגען אױף זײער אָרט, און דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל װעט זײ אַרבן אױף ה׳ס ערד פֿאַר קנעכט און פֿאַר דינסטן; און זײ װעלן װערן די פֿאַנגערס פֿון זײערע פֿאַנגערס, און װעלן געװעלטיקן איבער זײערע דריקער.
3 און עס װעט זײַן, אין דעם טאָג װאָס ה׳ באַרוט דיך פֿון דײַן פּײַן און פֿון דײַן ציטערניש, און פֿון דער שװערער אַרבעט װאָס מע האָט געאַרבעט מיט דיר, 4 װעסטו אױפֿהײבן דעם דאָזיקן משל אױפֿן מלך פֿון בָבֿל, און זאָגן:
װי האָט אױפֿגעהערט דער דריקער,
אױפֿגעהערט די גאָלדגײציקע!
5 צעבראָכן האָט ה׳ דעם שטעקן פֿון די רשעים,
די רוט פֿון די געװעלטיקער,
6 װאָס האָט געשלאָגן די פֿעלקער מיט כּעס,
שלעק אָן אַן אױפֿהער,
װאָס האָט געװעלטיקט מיט צאָרן אױף די אומות,
גערודפֿט אָן אָפּהאַלט.
7 רויִק באַרוט איז די גאַנצע ערד,
זײ ברעכן אױס אין געזאַנג.
8 אַפֿילו די ציפּרעסן פֿרײען זיך איבער דיר,
די צעדערן פֿון לבֿנוֹן:
פֿון זינט דו האָסט זיך אַװעקגעלײגט,
קומט נישט דער העקער אױף אונדז.
9 די שְׁאֹול פֿון אונטן ציטערט אױף צוליב דיר,
אַנטקעגן דײַן קומען;
זי װעקט די טױטע צוליב דיר,
אַלע האַרן פֿון דער ערד;
זי מאַכט אױפֿשטײן פֿון זײערע טראָנען
אַלע מלכים פֿון די פֿעלקער.
10 זײ אַלע רופֿן זיך אָפּ, און זאָגן צו דיר:
דו אױך ביסט אַװעקגעפֿאַלן װי מיר,
געגליכן געװאָרן צו אונדז!
11 גענידערט אין שְׁאֹול איז דײַן שטאָלץ,
די ברומונג פֿון דײַנע האַרפֿן;
אונטער דיר זײַנען װערעם געבעט,
און דײַן צודעק איז װערעם.
12 װי ביסטו פֿון הימל געפֿאַלן,
דו ליכטיקער מאָרגנשטערן!
װי ביסטו אָפּגעהאַקט געװאָרן צו דער ערד,
דו גורל-װאַרפֿער אױף פֿעלקער!
13 און דו האָסט געזאָגט אין דײַן האַרצן:
אין הימל װעל איך אַרױפֿגײן,
איבער די שטערן פֿון אֵל
װעל איך מײַן טראָן דערהײבן;
און איך װעל זיצן אױפֿן באַרג פֿון אײַנזאַמלונג,
אין די עקן פֿון צפֿון.
14 איך װעל אַרױפֿגײן איבער די הײכן פֿון װאָלקן,
איך װעל צום עליון זיך גלײַכן.
15 אָבער אין שְׁאֹול װעסטו גענידערט װערן,
אין די עקן פֿון גרוב.
16 דײַנע זעער װעלן דיך באַטראַכטן,
זײ װעלן דיך אָנקוקן:
איז דאָס דער מאַן װאָס האָט געמאַכט ציטערן די ערד,
װאָס האָט אױפֿגעשטורעמט מלוכות,
17 געמאַכט די װעלט װי אַ מדבר,
און צעשטערט אירע שטעט;
זײַנע געפֿאַנגענע נישט פֿרײַ געלאָזט אַהײם?
18 אַלע מלכים פֿון די פֿעלקער ליגן אין כּבֿוד אַלע,
איטלעכער אין זײַן הײם.
19 און דו ביסט אַװעקגעװאָרפֿן װײַט פֿון דײַן קבֿר,
װי אַן אומװערדיק ריטל,
אַרומגעטאָן מיט הרוּגים, פֿון שװערד דערשטאָכענע,
װאָס נידערן צו די שטײנער פֿון גרוב,
װי אַ פּגר אַ צעטרעטענער.
20 װעסט נישט בײַנאַנד זײַן מיט זײ אין קבֿר,
װאָרעם דײַן לאַנד האָסטו אומגעבראַכט,
דײַן פֿאָלק האָסטו געהרגעט;
אױף אײביק זאָל נישט אָנגערופֿן װערן
דער זאָמען פֿון שלעכטסטוער.
21 ברײט אָן אױף זײַנע קינדער אַ שחיטה,
פֿאַר דער זינד פֿון זײערע עלטערן,
זײ זאָלן נישט אױפֿשטײן און יַרשען די ערד,
און אָנפֿילן דאָס געזיכט פֿון דער װעלט מיט שטעט.
22 און איך װעל אױפֿשטײן אױף זײ,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת,
און װעל פֿאַרשנײַדן פֿון בָבֿל אַ נאָמען און אַן איבערבלײַב,
און אַ קינד און אַ קינדסקינד, זאָגט ה׳.
23 און איך װעל זײ מאַכן צום אַרב פֿאַרן זומפּבושל,
און געמױזעכצן װאַסער;
און איך װעל זײ אַװעקבעזעמען מיטן בעזעם פֿון פֿאַרטיליקונג,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
24 געשװאָרן האָט ה׳ צבָֿאוֹת, אַזױ צו זאָגן:
פֿאַר װאָר, װי איך האָב געטראַכט, אַזױ װעט געשען,
און װי איך האָב באַראָטן, דאָס װעט באַשטײן:
25 איך זאָל צעברעכן אשור אין מײַן לאַנד,
און אױף מײַנע בערג אים צעטרעטן;
און אָפּגעטאָן זאָל װערן פֿון זײ זײַן יאָך,
און זײַן לאַסט זאָל אָפּגעטאָן װערן פֿון זײער רוקן.
26 דאָס איז דער באַראָט װאָס איז באַראָטן
אױף דער גאַנצער ערד,
און דאָס איז די האַנט
װאָס איז אױסגעשטרעקט אױף אַלע פֿעלקער.
27 װאָרעם ה׳ צבָֿאוֹת האָט באַראָטן,
און װער װעט פֿאַרשטערן?
און זײַן האַנט איז אױסגעשטרעקט
און װער װעט זי אָפּהאַלטן?
28 אין דעם יאָר װאָס דער מלך אָחָז איז געשטאָרבן, איז געװען די דאָזיקע נבֿואה:
29 נישט פֿרײט זיך גאַנץ פּלֶשֶת,
װאָס די רוט פֿון דײַן שלעגער איז צעבראָכן;
װאָרעם פֿון װאָרצל פֿון דער שלאַנג װעט אַרױס אַ נאָטער,
און זײַן פֿרוכט איז אַ פֿליִעדיקער לינדװאָרעם.
30 און די אָרימסטע פֿון די אָרימע װעלן זיך פֿיטערן,
און די באַדערפֿטיקע װעלן הױערן אין זיכערקײט;
און איך װעל טײטן מיט הונגער דײַן װאָרצל,
און דײַן איבערבלײַב װעט מען אױסהרגען.
31 יאָמער, דו טױער, שרײַ, דו שטאָט,
װער צעגאַנגען, גאַנץ פּלֶשֶת,
װאָרעם פֿון צפֿון קומט אַ רױך,
און נישטאָ קײן אָפּגעשטאַנענער אין זײַנע מחנות.
32 און װאָס זאָל מען ענטפֿערן די שלוחים פֿון דעם פֿאָלק? –
אַז ה׳ האָט געגרונטפֿעסט צִיוֹן,
און אין איר װעלן זיך שיצן די אָרימע פֿון זײַן פֿאָלק.