1 און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: נעם דיר אַ גרױסן טאָװל, און שרײַב אָן דערױף מיטן שריפֿט פֿון פֿאָלק: מַהֵר-שָלָל-חָש-בַז. 2 און איך זאָל מיר שטעלן באַגלױבטע עדות, אוּרִיה דעם כּהן, און זכַריָהו דעם זון פֿון יבֶרֶכיָהון.
3 און איך האָב גענענט צו דער נבֿיאה, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון. און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: רוף זײַן נאָמען: מַהֵר-שָלָל-חָש-בַז. 4 װאָרעם אײדער דער ייִנגל װעט װיסן צו רופֿן טאַטע און מאַמע, װעט מען אַװעקטראָגן דעם פֿאַרמעג פֿון דַמֶשֶׂק, און דעם זאַקרױב פֿון שוֹמרוֹן, פֿאַרױס פֿאַר דעם מלך פֿון אשור.
5 און ה׳ האָט נאָך װידער צו מיר גערעדט, אַזױ צו זאָגן:
6 װײַל דאָס דאָזיקע פֿאָלק האָט פֿאַראַכט
די װאַסערן פֿון שִלוֹחַ װאָס גײען פּאַמעלעך,
און זיך געפֿרײט מיט רצין און דעם זון פֿון רמַליָהון,
7 דרומעך זע, אֲדֹנָי ברענגט אַרױף אױף זײ
די גרױסע און מאַכטיקע װאַסערן פֿון טײַך,
דעם מלך פֿון אשור מיט זײַן גאַנצער מחנה,
און ער װעט איבערלױפֿן איבער אַלע זײַנע גראָבנס,
און אַריבערגײן איבער זײַנע אַלע ברעגן;
8 און ער װעט דורכציִען דורך יהוּדה,
פֿלײצנדיק װעט ער דורכשטראָמען,
ביזן האַלדז װעט ער גרײכן,
און די שפּרײטונגען פֿון זײַנע פֿליגלען
װעלן אָנפֿילן די ברײט פֿון דײַן לאַנד, עִמָנוּאֵל!
9 ליאַרעמט, איר פֿעלקער, אָבער איר װעט צעבראָכן װערן;
יאָ, פֿאַרנעמט אַלע װײַטענישן פֿון דער ערד;
גורט אײַך אָן, אָבער איר װעט צעבראָכן װערן,
גורט אײַך אָן, אָבער איר װעט צעבראָכן װערן.
10 עצהט אַן עצה, און זי װעט פֿאַרשטערט װערן,
רעדט אָפּ אַ זאַך, און זי װעט נישט באַשטײן,
װאָרעם אֵל איז מיט אונדז.
11 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צו מיר מיט אַ שטאַרקער האַנט, און ער האָט מיך געװאָרנט, נישט צו גײן אין װעג פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: 12 איר זאָלט נישט זאָגן בונט אױף אַלץ װאָס דאָס דאָזיקע פֿאָלק זאָגט בונט, און זײַן מורא זאָלט איר נישט מורא האָבן, און נישט פֿאָרכטן. 13 ה׳ צבָֿאוֹת, אים זאָלט איר הײליקן, און ער זאָל זײַן אײַער מורא, און ער אײַער פֿאָרכט. 14 און ער װעט זײַן פֿאַר אַ מִקדָש, אָבער אױך פֿאַר אַ שטײן פֿון אָנשטױסונג, און פֿאַר אַ פֿעלדז פֿון שטרױכלונג, פֿאַר בײדע הײַזער פֿון יִשׂרָאֵל; פֿאַר אַ נעץ און פֿאַר אַ פּאַסטקע פֿאַר דעם באַװױנער פֿון ירושָלַיִם. 15 און פֿיל צװישן זײ װעלן געשטרױכלט װערן, און פֿאַלן און צעבראָכן װערן, און געפֿאַנגען און באַצװוּנגען װערן.
16 פֿאַרבינדן די װאָרעניש, פֿאַרחתמען די לערנונג צװישן מײַנע לערנערס! 17 און איך װעל האָפֿן אױף ה׳ װאָס פֿאַרבאָרגט זײַן פּנים פֿון דעם הױז פֿון יעקבֿ, און װעל האָפֿן צו אים. 18 אָט בין איך און די קינדער װאָס ה׳ האָט מיר געגעבן, פֿאַר סימנים און פֿאַר צײכנס אין יִשׂרָאֵל פֿון ה׳ צבָֿאוֹת װאָס רוט אױף באַרג צִיוֹן.
19 און אַז זײ װעלן זאָגן צו אײַך: פֿרעגט בײַ די גײַסטער און בײַ די רוחות װאָס פּיפּסן און װאָס מורמלען, זאָלט איר זאָגן: דאַרף נישט אַ פֿאָלק פֿרעגן בײַ זײַן ג-ט? צו װאָס פֿרעגן פֿאַר די לעבעדיקע בײַ די טױטע? 20 צו דער תּורה און צו דעם עדות, װען זײ זאָגן נישט אַזױ װי דאָס דאָזיקע װאָרט, אַזױ איז עס װײַל זײ האָט נישט קײן מאָרגן ליכט. 21 און דורכגײן װעט דורך דאַנען אַ געדריקטער און אַ הונגעריקער; און עס װעט זײַן, אַז ער װעט הונגערן, װעט ער צערענען, און װעט שילטן זײַן מלך און זײַן ג-ט; און ער װעט זיך קערן צו דער הײך, 22 און װעט קוקן צו דער ערד, ערשט נױט און פֿינצטערניש, אַנגסטיקע טונקלעניש, און חושכניש אױסגעשפּרײט.
23 װאָרעם עס בלײַבט נישט פֿינצטער, װוּ עס איז איצט יסורים: אין ערשטן מאָל האָט ער געבראַכט דאָס לאַנד זבֿולון און דאָס לאַנד נַפֿתָּלי אין חרפּה, און אין דעם לעצטן ברענגט ער כּבֿוד דעם װעג בײַם ים, פֿון דער אַנדער זײַט יַרדן, דעם גָליל פֿון די גוֹיִם.