1 װײ, די װאָס נידערן קײן מִצרַיִם נאָך הילף,
און אױף פֿערד פֿאַרלאָזן זײ זיך;
און זײ פֿאַרזיכערן זיך אױף רײַטװעגן, װײַל זײ זײַנען פֿיל,
און אױף רײַטער, װײַל זײ זײַנען מאַכטיק זײער;
און זײ קערן זיך נישט צו דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל,
און ה׳ טוען זײ נישט זוכן!
2 אָבער פֿאַר װאָר, ער איז קלוג, און ער ברענגט דאָס בײז,
און זײַנע װערטער טוט ער נישט אָפּ.
און ער װעט אױפֿשטײן קעגן הױז פֿון די שלעכטסטוער,
און קעגן דער הילף פֿון די װאָס װערקן אומרעכט.
3 און די מִצרַיִם זײַנען מענטשן, און נישט אֵל,
און זײערע פֿערד זײַנען פֿלײש, און נישט גײַסט;
און ה׳ װעט אױסשטרעקן זײַן האַנט,
און שטרױכלען װעט דער העלפֿער,
און פֿאַלן װעט דער געהאָלפֿענער,
און אַלע אין אײנעם װעלן זײ פֿאַרלענדט װערן.
4 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צו מיר:
אַזױ װי דער לײב און דער יונגלײב ברומט איבער זײַן רױב,
הגם אַ פֿולע פּאַסטוכער זײַנען אײַנגעזאַמלט אַרום אים;
פֿאַר זײער קֹול דערשרעקט ער זיך נישט,
און פֿאַר זײער ליאַרעם בײגט ער זיך נישט;
אַזױ װעט ה׳ צבָֿאוֹת נידערן,
צו האַלטן מלחמה אױפֿן באַרג פֿון צִיוֹן
און אױף איר הױכן אָרט.
5 װי פֿױגלען פֿלאַטערנדיק,
אַזױ װעט ה׳ צבָֿאוֹת באַשירעמען ירושָלַיִם,
באַשירעמען און מציל זײַן,
פֿאַרשױנען און ראַטעװען.
6 קערט אײַך אום צו װעמען איר האָט טיף װידערשפּעניקט, קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 7 פֿאַר װאָר, אין יענעם טאָג װעלן זײ פֿאַראַכטן איטלעכער זײַנע אָפּגעטער פֿון זילבער, און זײַנע אָפּגעטער פֿון גאָלד, װאָס אײַערע הענט האָבן אײַך געמאַכט צו זינד.
8 און אשור װעט פֿאַלן דורך דער שװערד פֿון נישט אַ מאַן,
און די שװערד פֿון נישט אַ מענטשן װעט אים פֿאַרצערן;
און ער װעט אַנטלױפֿן פֿאַרן שװערד,
און זײַנע יונגע לײַט װעלן צו צינדז װערן.
9 און זײַן פֿעלדז װעט פֿון מורא פֿאַרגײן,
און אַנגסטן פֿאַר דער פֿאָן װעלן זײַנע האַרן,
זאָגט ה׳, װאָס זײַן פֿײַער איז אין צִיוֹן,
און זײַן אױװן אין ירושָלַיִם.