1 טרײסט, טרײסט מײַן פֿאָלק, זאָגט אלוקיכם.
2 רעדט צום האַרצן פֿון ירושָלַיִם,
און רופֿט צו איר,
אַז זי האָט דערפֿילט איר צײַט,
אַז אָפּגעצאָלט איז איר פֿאַרברעך;
אַז זי האָט געקריגן פֿון ה׳ס האַנט
טאָפּל פֿאַר אַלע אירע זינד.
3 אַ קֹול רופֿט אין דער מדבר:
מאַכט צורעכט דעם װעג פֿון ה׳,
מאַכט גראָד אין דער װיסטע
אַ שטעג פֿאַר אלוקינו.
4 יעטװעדער טאָל זאָל דערהױבן װערן,
און יעטװעדער באַרג און הײך זאָל דערנידערט װערן;
און דאָס קרומע זאָל װערן גלײַך,
און די באַרגקײטן אַ פּלױן.
5 און דער כּבֿוד פֿון ה׳ װעט אַנטפּלעקט װערן,
און אַלע לײַבער אין אײנעם װעלן זען;
װאָרעם דאָס מױל פֿון ה׳ האָט גערעדט.
6 אַ קֹול זאָגט: רוף!
און ער זאָגט: װאָס זאָל איך רופֿן?
אַלע לײַבער זײַנען גראָז,
און אַל זײער חן װי אַ בלום פֿון פֿעלד;
7 פֿאַרטריקנט װערט דאָס גראָז,
פֿאַרװעלקט װערט די בלום,
אַז דער הױך פֿון ה׳ בלאָזט דערױף;
פֿאַר װאָר, גראָז איז דאָס פֿאָלק.
8 פֿאַרטריקנט װערט דאָס גראָז,
פֿאַרװעלקט װערט די בלום,
אָבער דאָס װאָרט פֿון אלוקינו װעט אױף אײביק באַשטײן.
9 אױף אַ הױכן באַרג גײ דיר אַרױף,
מבֿשׂרת פֿון צִיוֹן;
הײב אױף מיט כּוֹח דײַן קֹול,
מבֿשׂרת פֿון ירושָלַיִם;
הײב אױף, האָב נישט מורא,
זאָג צו די שטעט פֿון יהוּדה: אָט איז אלוקיכם!
10 זע, אֲדֹנָי ה׳ קומט אַ מאַכטיקער,
און זײַן אָרעם געװעלטיקט פֿאַר אים;
זע, זײַן שׂכַר איז מיט אים,
און זײַן לױן אים פֿאַרױס;
11 װי אַ פּאַסטוך װעט ער פֿיטערן זײַן סטאַדע,
מיט זײַן אָרעם װעט ער אײַנזאַמלען די לעמער,
און אין זײַן בוזעם זײ טראָגן;
די זײגעדיקע װעט ער פֿירן.
12 װער האָט געמאָסטן די װאַסערן מיט זײַן האַנטפֿול,
און די הימלען מיט אַ שפּאַן אױסגעמאָסטן,
און באַפֿאַסט אין אַ דרײַטל דעם שטױב פֿון דער ערד,
און אָפּגעװױגן מיט אַ װאָג די בערג,
און די הײכן מיט װאָגשאָלן?
13 װער האָט אָנגעװיזן דעם גײַסט פֿון ה׳?
און װער איז זײַן בַעַל-עצה װאָס האָט אים צוגעװײַזן?
14 מיט װעמען האָט ער זיך מיועץ געװען,
װאָס האָט אים געגעבן צו פֿאַרשטײן,
און אים געלערנט דעם װעג פֿון גערעכטיקײט,
און אים געלערנט קענשאַפֿט,
און דעם װעג פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט אים געמאַכט װיסן?
15 זע, פֿעלקער זײַנען װי אַ טריף פֿון אַן עמער,
און װי שטױב פֿון װאָגשאָלן זײַנען זײ גערעכנט;
זע, אינדזלען הײבט ער אױף װי אַ זעמדל.
16 און דער לבֿנוֹן איז נישט גענוג ברענװאַרג,
און זײַנע חיות נישט גענוג בראַנדאָפּפֿער.
17 אַלע פֿעלקער זײַנען װי גאָרניט קעגן אים,
פֿון נישט און גאָרנישט זײַנען זײ גערעכנט בײַ אים.
18 און צו װעמען קענט איר צוגלײַכן אֵל?
און װאָסער געשטאַלט קענט איר אים גלײַך שטעלן?
19 דעם געץ װאָס אַ מײַנסטער האָט אױסגעגאָסן,
און אַ שמעלצער ציט אים איבער מיט גאָלד,
און שמעלצט-צו קײטלעך פֿון זילבער?
20 אַ שטײנדעמב װערט אױסגעקליבן,
האָלץ װאָס פֿױלט נישט װײלט מען אױס;
אַ קלוגן מײַנסטער זוכט מען זיך,
אױפֿצושטעלן אַ געץ װאָס זאָל זיך נישט װאַקלען.
21 װײסט איר דען נישט?
הערט איר דען נישט?
איז אײַך פֿון אָנהײב אָן נישט דערצײלט געװאָרן?
פֿאַרשטײט איר נישט די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד?
22 ער איז דער װאָס זיצט איבער דעם צירקל פֿון דער ערד,
און אירע באַװױנער זײַנען װי הײשעריקן;
דער װאָס שפּרײט װי אַ טול די הימלען,
און ציט זײ אױס װי אַ געצעלט צום װױנען;
23 דער װאָס פֿאַרקערט פֿירשטן צו ניװעץ,
װאָס מאַכט װי גאָרניט די ריכטער פֿון דער ערד.
24 נאָך צו מאָל נישט אײַנגעפֿלאַנצט זײַנען זײ,
נאָך צו מאָל נישט פֿאַרזײט זײַנען זײ,
נאָך צו מאָל נישט אײַנגעװאָרצלט אין דער ערד זײער שטאַם,
און שױן טוט ער אַ בלאָז אױף זײ, און זײ װערן פֿאַרטריקנט,
און אַ שטורעם טראָגט זײ װי שטרױ אַװעק.
25 און צו װעמען קענט איר מיך צוגלײַכן, איך זאָל גלײַך זײַן?
זאָגט דער הײליקער.
26 הײבט אױף אין דער הײך אײַערע אױגן, און זעט:
װער האָט באַשאַפֿן די דאָזיקע?
ער, װאָס פֿירט אַרױס מיט אַ צאָל זײער חיל,
זײ אַלע רופֿט ער מיטן נאָמען;
דורך גרױס מאַכט, און װײַל ער איז שטאַרק אין כּוֹח,
איז קײנער נישט געמינערט.
27 פֿאַר װאָס זאָלסטו זאָגן יעקבֿ,
און זאָלסטו רעדן, יִשׂרָאֵל:
פֿאַרבאָרגן איז מײַן װעג פֿון ה׳,
און פֿון מײַן ג-ט איז מײַן משפּט אַװעק.
28 װײסטו דען נישט?
צי האָסטו נישט געהערט?
ה׳ איז דער אײביקער אלֹקים,
דער באַשעפֿער פֿון די עקן פֿון דער ערד.
ער װערט נישט מיד און נישט מאַט;
נישט צו דערפֿאָרשן איז זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט.
29 ער גיט דעם מידן כּוֹח,
און דעם אוממאַכטיקן מערט ער שטאַרקײט.
30 און יונגע לײַט װעלן מיד און מאַט װערן,
און יונגע װעלן שטרױכלען געשטרױכלט װערן;
31 אָבער די װאָס האָפֿן אױף ה׳ װעלן באַנײַען דעם כּוֹח,
זײ װעלן אױפֿהײבן פֿליגלען װי די אָדלערס;
זײ װעלן לױפֿן און נישט מיד װערן,
זײ װעלן גײן און נישט מאַט װערן.