1 און זיבן װײַבער װעלן אָנהאַלטן אײן מאַן אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן: אונדזער ברױט װעלן מיר עסן, און אונדזער קלײד װעלן מיר אָנטאָן, נאָר דײַן נאָמען זאָל גערופֿן װערן אױף אונדז; טו אָפּ אונדזער שאַנד.
2 אין יענעם טאָג װעט די צמח פֿון ה׳ זײַן פֿאַר אַ שײנקײט און פֿאַר אַ כּבֿוד, און די פֿרוכט פֿון לאַנד פֿאַר אַ שטאָלץ און פֿאַר אַ צירונג, פֿאַר די אַנטרונענע פֿון יִשׂרָאֵל. 3 און עס װעט זײַן, דער װאָס איז געבליבן אין צִיוֹן, און דער װאָס האָט זיך אָפּגעשטעלט אין ירושָלַיִם, װעט הײליקער געזאָגט װערן צו אים – איטלעכער װאָס איז פֿאַרשריבן צום לעבן אין ירושָלַיִם; 4 װען אֲדֹנָי האָט אָפּגעװאַשן דעם קױט פֿון די טעכטער פֿון צִיוֹן, און דאָס בלוט פֿון ירושָלַיִם שװענקט ער אָפּ פֿון איר מיט, מיט אַ גײַסט פֿון גערעכטיקײט, און מיט אַ גײַסט פֿון פֿאַרברענונג. 5 און ה׳ װעט באַשאַפֿן אױפֿן גאַנצן פּלאַץ פֿון באַרג צִיוֹן, און אױף אירע זאַמלערטער, אַ װאָלקן און רױך בײַ טאָג, און אַ שײַן פֿון פֿלאַמפֿײַער בײַ נאַכט; װאָרעם, איבער אַל דער פּראַכטיקײט װעט זײַן אַ חופּה. 6 און אַן איבערדעק װעט זײַן פֿאַר אַ שאָטן פֿון היץ בײַ טאָג, און פֿאַר אַ באַשיצונג און פֿאַר אַ פֿאַרבאָרגעניש פֿון גוס און פֿון רעגן.