1 װײ, די װאָס מאַכן אומגערעכטע געזעץ,
און שרײַבער װאָס האָבן אומרעכט געשריבן,
2 כּדי אָפּצונײגן פֿון משפּט די באַדערפֿטיקע,
און גזלען דאָס רעכט פֿון די אָרימע פֿון מײַן פֿאָלק;
כּדי אַלמנות זאָלן זײַן זײער רױב,
און יתומים זאָלן זײ באַראַבעװען!
3 און װאָס װעט איר טאָן אין טאָג פֿון רעכנשאַפֿט,
און אין דער פֿאַרװיסטונג װאָס קומט פֿון דער װײַט?
צו װעמען װעט איר לױפֿן נאָך הילף?
און װוּ װעט איר איבערלאָזן אײַער רײַכטום?
4 נישט אַנדערש װי קניִען אונטער געפֿאַנגענע,
און אונטער הרוּגים צו פֿאַלן.
בײַ אַלעם דעם איז נישט אָפּגעגאַנגען זײַן כּעס,
און זײַן האַנט איז נאָך אױסגעשטרעקט.
5 װײ, אשור, די רוט פֿון מײַן צאָרן,
װאָס מײַן כּעס איז אַ שטעקן אין זײער האַנט!
6 אױף אַ זינדיקן פֿאָלק טו איך אים שיקן,
און אױף דער אומה פֿון מײַן צאָרן טו איך אים באַפֿעלן,
צו רױבן זאַקרױב, און צו ראַבעװען רױב,
און זי מאַכן צו טרעטן װי קױט פֿון די גאַסן.
7 אָבער נישט אַזױ מײנט ער,
און נישט אַזױ טראַכט זײַן האַרץ,
נײַערט צו פֿאַרטיליקן איז אין זײַן האַרצן,
און צו פֿאַרשנײַדן פֿעלקער נישט װינציק.
8 װאָרעם ער זאָגט:
זײַנען נישט מײַנע האַרן מלכים אַלע?
9 איז נישט װי כַּרכּמיש כַּלנו?
צי איז נישט װי אַרפַּד חַמָת?
צי איז נישט װי דַמֶשֶׂק שוֹמרוֹן?
10 אַזױ װי מײַן האַנט האָט דערגרײכט
די קיניגרײַכן פֿון די אָפּגעטער,
װאָס זײערע געצן זײַנען מער געװען
װי פֿון ירושָלַיִם און פֿון שוֹמרוֹן –
11 פֿאַר װאָר, אַזױ װי איך האָב געטאָן
צו שוֹמרוֹן און צו אירע אָפּגעטער,
אַזױ װעל איך טאָן צו ירושָלַיִם
און צו אירע געצנבילדער.
12 אָבער עס װעט זײַן, אַז אֲדֹנָי װעט ענדיקן אַל זײַן װערק אױף באַרג צִיוֹן און אױף ירושָלַיִם, װעל איך זיך רעכענען פֿאַר דער פֿרוכט פֿון דעם שטאָלצן האַרצן פֿון דעם מלך פֿון אשור, און פֿאַר דער רימערײַ פֿון זײַנע האָפֿערדיקע אױגן.
13 װאָרעם ער האָט געזאָגט:
מיט כּוֹח פֿון מײַן האַנט האָב איך אױפֿגעטאָן,
און מיט מײַן חכמה, װײַל איך בין פֿאַרשטאַנדיק;
און איך טו אָפּ די געמאַרקן פֿון פֿעלקער,
און זײערע שאַצן האָב איך צערױבט,
און מאַכטיק טו איך נידערן די באַװױנער.
14 און מײַן האַנט האָט געפֿונען װי אַ נעסט
דעם פֿאַרמעג פֿון די פֿעלקער,
און װי מע קלײַבט אױף אײַער פֿאַרלאָזענע,
האָב איך די גאַנצע ערד אױפֿגעקליבן;
און נישט געװען װער זאָל אַ פֿליגל רירן,
אָדער עפֿענען אַ מױל און אַ פּיפּס טאָן.
15 קען די האַק זיך רימען קעגן דעם װאָס האַקט מיט איר?
קען די זעג זיך גרײסן קעגן דעם װאָס ציט זי?
װי אַ רוט זאָל פֿאָכן מיט אירע אױפֿהײבער,
װי אַ שטעקן זאָל אױפֿהײבן
דעם װאָס נישט האָלץ!
16 דערום װעט דער האַר, ה׳ צבָֿאוֹת
אָנשיקן אַ מאָגערקײט דערױף זײַן פֿעטקײט;
און אַנשטאָט זײַן פּראַכט װעט זיך צעברענען אַ בראַנד,
װי די בראַנד פֿון אַ פֿײַער.
17 און דאָס ליכט פֿון יִשׂרָאֵל װעט זײַן אַ פֿײַער,
און זײַן הײליקער אַ פֿלאַם,
און זי װעט ברענען און פֿאַרצערן זײַנע דערנער
און זײַן װילדגעװעקס אין אײן טאָג.
18 און די פּראַכט פֿון זײַן װאַלד און זײַן פֿרוכטגאָרטן
װעט ער לײַב און זעל פֿאַרלענדן;
און עס װעט זײַן װי דאָס אױסגײן פֿון אַ גוסס.
19 און דער רעשט בײמער פֿון זײַן װאַלד װעלן זײַן געצײלטע,
און אַ ייִנגל װעט זײ קענען אױפֿשרײַבן.
20 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט דער איבערבלײַב פֿון יִשׂרָאֵל, און די אַנטרונענע פֿון הױז פֿון יעקבֿ, זיך מער נישט אָנלענען אױף זײער שלעגער, נאָר זיך אָנלענען מיט אמת אױף ה׳, דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל. 21 אַן איבערבלײַב װעט זיך אומקערן, אַן איבערבלײַב פֿון יעקבֿ, צו אֵל-גִבור. 22 װאָרעם אױב דײַן פֿאָלק, יִשׂרָאֵל, זאָל זײַן װי זאַמד פֿון ים, װעט נאָר אַן איבערבלײַב פֿון אים זיך אומקערן; אַ פֿאַרלענדונג איז נִגזר געװאָרן, זי פֿלײצט מיט גערעכטיקײט. 23 װאָרעם אַ פֿאַרלענדעניש און אַ גזר מאַכט אֲדֹנָי, ה׳ צבָֿאוֹת, אין גאַנצן לאַנד.
24 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי, ה׳ צבָֿאוֹת: זאָלסט נישט מורא האָבן, מײַן פֿאָלק, באַװױנער פֿון צִיוֹן, פֿאַר אשור װאָס שלאָגט דיך מיט דער רוט, און הײבט זײַן שטעקן אױף דיר, אױפֿן שטײגער פֿון מִצרַיִם. 25 װאָרעם נאָך אַ קלײן װײַל, און דער כּעס װעט זיך ענדיקן, און מײַן צאָרן װעט זײַן צו זײער פֿאַרטיליקונג. 26 און ה׳ צבָֿאוֹת װעט דערװעקן אױף אים אַ רוט, אַזױ װי אין דעם שלאַק פֿון מִדיָן אין צור-עוֹרֵבֿ, און װי זײַן שטעקן איבערן ים; און ער װעט זי אױפֿהײבן אױפֿן שטײגער פֿון מִצרַיִם. 27 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט אָפּגעטאָן װערן זײַן לאַסט פֿון דײַן רוקן, און זײַן יאָך פֿון דײַן האַלדז, און דער יאָך װעט צעבראָכן װערן פֿונעם פֿעטס.
28 ער איז געקומען אױף עַיָת,
ער איז דורכגעגאַנגען מִגרון,
אין מִכמָש לאָזט ער איבער זײַן געפּעק;
29 זײ זײַנען אַריבער דעם איבערפֿאָר,
אין גֶבַֿע האָבן זײ נאַכטלעג געהאַלטן.
רָמָה טוט ציטערן,
גבֿעת-שָאול איז אַנטלאָפֿן.
30 שרײַ אױפֿן קֹול, טאָכטער גַלים!
האָרך, לַיִש! אָרימע עַנָתוֹת!
31 מַדמֵנָה װאָגלט,
די װױנער פֿון גֵבֿים אַנטרינען.
32 נאָך הײַנט װעט ער זיך אָפּשטעלן אין נוֹבֿ;
ער פֿאָכט זײַן האַנט אױפֿן באַרג פֿון טאָכטער צִיוֹן,
אױף דעם הױכן אָרט פֿון ירושָלַיִם.
33 זע, דער האַר, ה׳ צבָֿאוֹת,
ברעכט אָפּ די צװײַגן מיט מוֹראדיקײט,
און די הױכגעװאַקסענע װערן אָפּגעשניטן,
און די דערהױבענע װעלן דערנידערט װערן.
34 און ער װעט אָפּהאַקן די געצװײַגן פֿון װאַלד מיט אַן אײַזן,
און דער לבֿנוֹן װעט דורך אַ מאַכטיקן פֿאַלן.