Publicidade

Isaías 7

1 און עס איז געװען אין די טעג פֿון אָחָז דעם זון פֿון יוֹתָם דעם זון פֿון עוּזִיָהון, דעם מלך פֿון יהוּדה, איז רצין דער מלך פֿון אַרָם, און פֶּקַח דער זון פֿון רמַליָהון, דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל, אַרױפֿגעגאַנגען אױף ירושָלַיִם, אין מלחמה אױף איר, אָבער זײ האָבן זי נישט געקענט בײַקומען. 2 און עס איז אָנגעזאָגט געװאָרן אין הױז פֿון דָוִד, אַזױ צו זאָגן: אַרָם לאַגערט אין אײנעם מיט אפֿרים. און זײַן האַרץ און דאָס האַרץ פֿון זײַן פֿאָלק האָט זיך געטרײסלט, אַזױ װי עס טרײסלען זיך די בײמער פֿון װאַלד פֿאַרן װינט.

3 האָט ה׳ געזאָגט צו ישַעיָהון: גײ אַקאָרשט אַרױס אַנטקעגן אָחָזן, דו און דײַן זון שאָר-יָשובֿ, בײַם ברעג גראָבן פֿון דעם אױבערשטן טײַך, אױף דעם װעג פֿון װעשערפֿעלד, 4 און זאָלסט זאָגן צו אים: זײַ געזעצט און רויִק, זאָלסט נישט מורא האָבן, און דײַן האַרץ זאָל נישט שלאַף װערן, פֿאַר די דאָזיקע צװײ רײכערדיקע עקן פֿײַערהעלצער; איבער דעם גרימצאָרן פֿון רצין און אַרָם, און דעם זון פֿון רמַליָהון. 5 װײַל אַרָם האָט באַראָטן אױף דיר בײז, אפֿרים און דער זון פֿון רמַליָהון, אַזױ צו זאָגן: 6 לאָמיר אַרױפֿגײן אױף יהוּדה און זי אײַנשרעקן – און לאָמיר זי אײַנברעכן פֿאַר אונדז, און לאָמיר מאַכן פֿאַר אַ מלך אין איר דעם זון פֿון טָבֿאֵלן –

7 האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט:

עס װעט נישט באַשטײן, און װעט נישט געשען.

8 װאָרעם דער קאָפּ פֿון אַרָם איז דַמֶשֶׂק,

און דער קאָפּ פֿון דַמֶשֶׂק איז רצין;

און אין נאָך פֿינף און זעכציק יאָר

װעט אפֿרים צעבראָכן װערן פֿאַר אױס פֿאָלק.

9 און דער קאָפּ פֿון אפֿרים איז שוֹמרוֹן,

און דער קאָפּ פֿון שוֹמרוֹן איז דער זון פֿון רמַליָהון.

און װען איר װעט נישט גלױבן,

אַזױ װעט איר נישט באַשטײן קענען.

10 און ה׳ האָט װידער גערעדט צו אָחָזן, אַזױ צו זאָגן: 11 בעט דיר אַ צײכן פֿון ה׳ דײַן ג-ט; בעט פֿון דער טיפֿעניש, אָדער פֿון אױבן אין דער הײך. 12 האָט אָחָז געזאָגט: איך װעל נישט בעטן, און נישט פּרוּװן ה׳. 13 האָט ער געזאָגט: הערט אַקאָרשט, איר הױז פֿון דָוִד: איז אײַך װינציק מיד צו מאַכן מענטשן, אַז איר װילט אױך מײַן ג-ט מיד מאַכן? 14 דערום װעט אֲדֹנָי אַלײן אײַך געבן אַ צײכן: אָט װערט די עלמה יונגפֿרױ בתולה טראָגעדיק, און זי געבערט אַ זון, און װעט רופֿן זײַן נאָמען עִמָנוּאֵל. 15 שמאַנט און האָניק װעט ער עסן, װען ער װעט װיסן פֿײַנט צו האָבן שלעכטס, און אױסצוקלײַבן גוטס. – 16 יאָ, נאָך אײדער דער ייִנגל װעט װיסן פֿײַנט צו האָבן שלעכטס, און אױסצוקלײַבן גוטס, װעט פֿאַרלאָזן װערן די ערד װאָס דו שרעקסט זיך פֿאַר אירע צװײ מלכים. – 17 ה׳ װעט ברענגען אױף דיר, און אױף דײַן פֿאָלק, און אױף דײַן פֿאָטערס הױז, טעג װאָס זײַנען נישט געװען פֿון דעם טאָג װאָס אפֿרים האָט זיך אָפּגעקערט פֿון יהוּדה – דעם מלך פֿון אשור.

18 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט ה׳ אַ שמוצער טאָן צו דער פֿליג װאָס אין עק טײַכן פֿון מִצרַיִם, און צו דער בין װאָס אין לאַנד אשור. 19 און זײ װעלן קומען, און װעלן אַלע רוען אין די װיסטע טאָלן און אין די שפּאַלטן פֿון פֿעלדזן, און אין אַלע דערנער און אין אַלע װילדע בײמלעך.

20 אין יענעם טאָג װעט אֲדֹנָי אָפּגאָלן מיט דעם גאָלמעסער געדונגען אױף יענער זײַט טײַך – מיט דעם מלך פֿון אשור, דעם קאָפּ און די האָר פֿון די פֿיס, און אױך די באָרד װעט עס אַראָפּנעמען.

21 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, אַז אַ מאַן װעט אױפֿהאָדעװען אַ יונגע קו און צװײ שאָף, 22 איז, פֿון פֿיל מילך װאָס זײ װעלן געבן, װעט ער עסן שמאַנט; װאָרעם שמאַנט און האָניק װעט עסן איטלעכער װאָס איז געבליבן אין לאַנד.

23 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, איז, איטלעכער אָרט װוּ עס זײַנען דאָ טױזנט װײַנשטאָקן װערט טױזנט זילבערשטיק, װעט פֿאַר דערנער און פֿאַר װילדגעװעקס זײַן. 24 מיט פֿײַלן און מיט בױגן װעט מען קומען אַהין, װאָרעם דערנער און װילדגעװעקס װעט זײַן דאָס גאַנצע לאַנד. 25 און אַלע בערג װאָס װערן מיט אַ גראָבאײַזן געגראָבן, װעסטו אַהין נישט קומען אױס מורא פֿאַר דערנער און װילדגעװעקס, נאָר עס װעט זײַן פֿאַר אָקסן אַרױסצולאָזן, און פֿאַר שאָף צום טרעטן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-