Publicidade

Isaías 43

1 און אַצונד האָט אַזױ געזאָגט ה׳ דײַן בורא, יעקבֿ,

און דײַן פֿורעמער, יִשׂרָאֵל;

זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם איך לײז דיך אױס,

איך רוף דיך בײַם נאָמען, מײַנער ביסטו.

2 אַז דו װעסט גײן דורך װאַסער, בין איך מיט דיר,

און אַז דורך טײַכן, װעלן זײ דיך נישט פֿאַרפֿלײצן;

און דו װעסט גײן דורך פֿײַער, װעסטו נישט אָנגעברענט װערן,

און קײן פֿלאַם װעט דיך נישט אָנצינדן.

3 װאָרעם איך בין ה׳ דײַן ג-ט,

דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל, דײַן העלפֿער;

איך גיב מִצרַיִם פֿאַר דײַן אױסלײז,

כּוּש און סבֿאָ אַנשטאָט דיר.

4 װײַל טײַער ביסטו אין מײַנע אױגן,

געאַכט, און איך האָב דיך ליב;

דערום גיב איך מענטשן אַנשטאָט דיר,

און פֿעלקער אַנשטאָט דײַן לעבן.

5 זאָלסט נישט מורא האָבן,

װאָרעם איך בין מיט דיר;

פֿון מזרח װעל איך ברענגען דײַן זאָמען,

און פֿון מערבֿ װעל איך דיך אײַנזאַמלען;

6 איך װעל זאָגן צו צפֿון: גיב אַהער!

און צו דָרום: זאָלסט נישט צוריקהאַלטן!

ברענג מײַנע זין פֿון דער װײַט,

און מײַנע טעכטער פֿון עק ערד;

7 איטלעכן װאָס װערט גערופֿן מיט מײַן נאָמען,

און װאָס איך האָב אים פֿאַר מײַן כּבֿוד באַשאַפֿן,

אים געפֿורעמט און אים געמאַכט.

8 ציט אַרױס דאָס פֿאָלק װאָס איז בלינד, און האָט אױגן,

און די װאָס זײַנען טױב, און האָבן אױערן.

9 אַלע פֿעלקער זאָלן זיך אײַנזאַמלען אין אײנעם,

און לאָזן זיך אױפֿקלײַבן די אומות;

װער צװישן זײ קען דאָס זאָגן,

און פֿאַרױסגעזענס אונדז לאָזן הערן?

זאָלן זײ ברענגען זײערע עדות, און גערעכט זײַן,

און זאָל מען הערן און זאָגן: עס איז אמת.

10 איר זײַט מײַנע עדות, זאָגט ה׳,

און מײַן קנעכט װאָס איך האָב אױסדערװײלט,

כּדי איר זאָלט װיסן, און גלױבן אין מיר,

און פֿאַרשטײן אַז איך בין דאָס;

פֿאַר מיר איז נישט געשאַפֿן געװאָרן קײן אֵל,

און נאָך מיר װעט נישט זײַן.

11 איך, איך בין ה׳,

און חוץ מיר איז קײן העלפֿער נישטאָ.

12 איך האָב אָנגעזאָגט און געהאָלפֿן,

און איך האָב געמאַכט הערן,

און נישט אַ פֿרעמדער איז געװען צװישן אײַך;

און איר זײַט מײַנע עדות, זאָגט ה׳,

אַז איך בין אֵל.

13 אױך הײַנט בין איך דער אײגענער,

און נישטאָ װער זאָל מציל זײַן פֿון מײַן האַנט;

איך טו, און װער קען עס אָפּהאַלטן?

14 אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אײַער אױסלײזער,

דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל:

פֿון אײַערט װעגן שיק איך קײן בָבֿל,

און װעל זײ אַלע מאַכן נידערן אַנטלאָפֿענע,

און די כַּשׂדים – אין זײערע לוסטיקע שיפֿן.

15 איך בין ה׳, אײַער הײליקער,

דער באַשעפֿער פֿון יִשׂרָאֵל, אײַער קיניג.

16 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט,

דער װאָס האָט געגעבן דורכן ים אַ װעג,

און דורך מאַכטיקע װאַסערן אַ שטעג;

17 װאָס האָט געלאָזט אַרױסציען

רײַטװעגן און פֿערד, חיל און שטאַרקײט,

זײ זאָלן ליגן אין אײנעם, זײ זאָלן נישט אױפֿשטײן –

זײ האָבן געצאַנקט, זײ האָבן װי אַ קנױט זיך אױסגעלאָשן:

18 איר זאָלט נישט דערמאָנען דאָס פֿריִערדיקע,

און דאָס אַמאָליקע זאָלט איר נישט באַרטראַכטן.

19 אָט טו איך אַ נײַס;

אַצונד שפּראָצט עס; דערקענט איר עס נישט?

יאָ, איך װעל מאַכן אין מדבר אַ װעג,

אין דער װיסטעניש טײַכן.

20 ערלעכן װעט מיך די חיה פֿון פֿעלד,

שאַקאַלן און שטרױספֿױגלען,

װײַל איך גיב אין מדבר װאַסער,

טײַכן אין דער װיסטעניש,

אָנצוטרינקען מײַן פֿאָלק, מײַן אױסדערװײלטס;

21 דאָס פֿאָלק װאָס איך האָב מיר באַשאַפֿן,

זײ זאָלן דערצײלן מײַן לױב.

22 און מיך האָסטו נישט גערופֿן, יעקבֿ,

אַז דו זאָלסט זײַן מיד פֿון מיר, יִשׂרָאֵל;

23 האָסט מיר נישט געבראַכט דאָס לאַם פֿון דײַנע בראַנדאָפּפֿער,

און מיט דײַנע שלאַכטאָפּפֿער האָסטו מיך נישט געערלעכט;

איך האָב דיך נישט באַשװערט מיט שפּײַזאָפּפֿער,

און דיך נישט מיד געמאַכט מיט װײַרעך.

24 האָסט מיר נישט געקױפֿט פֿאַר געלט געװירצראָר,

און מיט פֿעטס פֿון דײַנע שלאַכטאָפּפֿער מיך נישט געזעט;

נײַערט האָסט מיך באַשװערט מיט דײַנע חטאָים,

מיך מיד געמאַכט מיט דײַנע זינד.

25 איך, איך בין דער װאָס מעק אױס

דײַנע איבערטרעטן פֿון מײַנעט װעגן,

און דײַנע חטאָים װעל איך נישט דערמאָנען.

26 דערמאָן מיר, לאָמיר זיך משפּטן מיט אַנאַנדער,

דערצײל דו, כּדי זאָלסט גערעכט זײַן.

27 דײַן ערשטער פֿאָטער האָט געזינדיקט,

און דײַנע פֿירשפּרעכער האָבן געבראָכן אָן מיר.

28 דערום האָב איך פֿאַרשװעכט די האַרן פֿון הײליקטום,

און געגעבן צו פֿאַרװיסטונג יעקבֿ,

און יִשׂרָאֵל צו לעסטערונג.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-