1 די נבֿואה אױף צוֹר:
יאָמערט איר שיפֿן פֿון תַּרְשִיש,
װאָרעם זי איז פֿאַרװיסט, אָן אַ הױז, אָן אַן אײַנגאַנג;
פֿון לאַנד פֿון די כִּתּים
איז דאָס זײ אַנטפּלעקט געװאָרן.
2 זײַט שטיל, איר באַװױנער פֿון אינדזל;
דו װאָס די סוחרים פֿון צידון,
די ים-פֿאָרער, האָבן דיך אָנגעפֿילט.
3 און איבער גרױסע װאַסערן איז דער זאָמען פֿון שיחוֹר,
דער שניט פֿון נילוס, איר אײַנקום געװען;
און זי איז געװען דער מאַרק פֿון די פֿעלקער.
4 שעם זיך צידון, װאָרעם דער ים האָט געזאָגט,
די פֿעסטונג פֿון ים, אַזױ צו זאָגן:
װי איך װאָלט גאָרנישט געװײטאָקט און נישט געבאָרן,
און קײן בחורים נישט דערצױגן,
אָדער יונגפֿרױען אױפֿגעבראַכט.
5 אַז מע װעט הערן אין מִצרַיִם,
װעט מען ציטערן בײַ דער הערונג פֿון צוֹר.
6 גײט אַריבער קײן תַּרְשִיש,
יאָמערט, איר באַװױנער פֿון אינדזל.
7 איז דאָס אײַך די פֿרײלעכע שטאָט,
װאָס פֿון פֿריִע פֿאַרצײַטיקע טעג פֿלעגן זי פֿירן אירע פֿיס
אין דער װײַטן צו װױנען?
8 װער האָט דאָס באַראָטן אױף צוֹר דער באַקרױנטער,
װאָס אירע סוחרים זײַנען געװען שׂרָרות,
אירע האַנדלסלײַט די נִכבָדים פֿון דער ערד?
9 ה׳ צבָֿאוֹת האָט דאָס באַראָטן,
צו פֿאַרשװעכן דעם שטאָלץ פֿון אַל דער שײנקײט,
צו מאַכן גרינגגעשאַצט אַלע נִכבָדים פֿון דער ערד.
10 איבערפֿלײץ דײַן לאַנד װי דער נילוס, טאָכטער תַּרְשִיש,
נישטאָ מער קײן אײַנצאַם.
11 ער האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט איבערן ים,
ער האָט געמאַכט ציטערן מלוכות;
ה׳ האָט באַפֿױלן װעגן כּנַעַן,
צו פֿאַרטיליקן אירע פֿעסטונגען.
12 און ער האָט געזאָגט: װעסט נישט מער לוסטיק זײַן,
געשענדטע יונגפֿרױ טאָכטער צידון.
שטײ אױף, גײ אַריבער קײן כִּתּים;
אױך דאָרט װעסטו קײן מנוחה נישט האָבן.
13 זע, דאָס לאַנד פֿון די כַּשׂדים – די דאָזיקע אומה איז נאָך נישט געװען װען אשור האָט עס געגרונטפֿעסט פֿאַר מדבר-באַשעפֿענישן – זײ האָבן אױפֿגעשטעלט זײערע באַלעגערטורעמס, זײ האָבן אײַנגעװאָרפֿן אירע פּאַלאַצן; מע האָט זײ געמאַכט פֿאַר אַ חורבֿה.
14 יאָמערט איר שיפֿן פֿון תַּרְשִיש,
װאָרעם פֿאַרװיסט געװאָרן איז אײַער פֿעסטונג.
15 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג: װעט צוֹר זײַן פֿאַרגעסן זיבעציק יאָר, אַזױ װי די טעג פֿון אײן מלך; צום סוף פֿון זיבעציק יאָר װעט געשען מיט צוֹר אַזױ װי אין געזאַנג פֿון דער זוֹנה:
16 נעם אַ האַרף,
גײ אום אין שטאָט,
פֿאַרגעסענע זוֹנה;
שפּיל שײן,
זינג פֿיל,
כּדי זאָלסט דערמאָנט װערן.
17 און עס װעט זײַן צום סוף פֿון זיבעציק יאָר, װעט ה׳ זיך דערמאָנען אָן צוֹר, און זי װעט זיך אומקערן צו איר זוֹנה-לױן, און װעט װידער פֿאַרקערן מיט אַלע קיניגרײַכן פֿון דער װעלט אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד. 18 אָבער איר פֿאַרדינסט און איר זוֹנה-לױן װעט זײַן הײליק צו ה׳; ער װעט נישט באַהאַלטן און נישט אײַנגעשלאָסן װערן; נײַערט פֿאַר די װאָס זיצן פֿאַר ה׳ װעט זײַן איר פֿאַרדינסט, צו עסן צו זאַט, און פֿאַר אַ צודעק אַ שײנעם.