Publicidade

Números 7

1 און עס איז געװען, אין דעם טאָג װאָס משה האָט געענדיקט אױפֿשטעלן דעם מישכּן, און האָט אים געזאַלבט, און אים געהײליקט מיט אַלע זײַנע כּלים, און דעם מזבח מיט אַלע זײַנע כּלים – אַז ער האָט זײ געזאַלבט און זײ געהײליקט, 2 האָבן גענענט די פֿירשטן פֿון יִשׂרָאֵל, די הױפּט פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער – זײ, די פֿירשטן פֿון די שבֿטים, זײ װאָס זײַנען געשטאַנען בײַ דער צײלונג; 3 און זײ האָבן געבראַכט זײער קָרבָּן פֿאַר ה׳, זעקס צוגעדעקטע װעגן, און צװעלף רינדער: אַ װאָגן פֿאַר צװײ פֿירשטן, און אַן אָקס פֿאַר איטלעכן; און זײ האָבן זײ גענענט צום מישכּן. 4 האָט ה׳ געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 5 נעם צו פֿון זײ, און עס זאָל זײַן אױף צו דינען דעם דינסט פֿון אוֹהל-מוֹעד; און זאָלסט עס געבן צו די לוִיִים, איטלעכן לױט זײַן דינסט. 6 האָט משה גענומען די װעגן און די רינדער, און האָט זײ געגעבן צו די לוִיִים. 7 צװײ װעגן און פֿיר רינדער האָט ער געגעבן צו די קינדער פֿון גֵרשוֹן, לױט זײער דינסט.

8 און פֿיר װעגן און אַכט רינדער האָט ער געגעבן צו די קינדער פֿון מרָרי, לױט זײער דינסט אונטער דער האַנט פֿון איתָמָר דעם זון פֿון אַהרֹן דעם כּהן. 9 אָבער צו די קינדער פֿון קהָת האָט ער גאָרנישט געגעבן, װאָרעם דער דינסט פֿון די הײליקע זאַכן איז געװען אױף זײ; אױפֿן אַקסל האָבן זײ געדאַרפֿט טראָגן.

10 און די פֿירשטן האָבן געבראַכט די באַנײַונג פֿון מזבח אין דעם טאָג װאָס ער איז געזאַלבט געװאָרן – די פֿירשטן האָבן געבראַכט זײער קָרבָּן פֿאַר דעם מזבח. 11 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: צו אײן פֿירשט אַ טאָג, צו אײן פֿירשט אַ טאָג, זאָלן זײ ברענגען זײער קָרבָּן פֿאַר דער באַנײַונג פֿון מזבח.

12 און דער װאָס האָט געבראַכט זײַן קָרבָּן דעם ערשטן טאָג איז געװען נַחשוֹן דער זון פֿון עַמינָדָבֿן, פֿון שבֿט יהוּדה. 13 און זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; 14 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 15 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 16 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 17 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון נַחשוֹן דעם זון פֿון עַמינָדָבֿן.

18 אױפֿן צװײטן טאָג האָט געבראַכט נתַנאֵל דער זון פֿון צוּעַרן, דער פֿירשט פֿון יִשׂשָׂכָר. 19 ער האָט געבראַכט פֿאַר זײַן קָרבָּן אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנעם שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; 20 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך;

21 אײן יונגן אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקן, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 22 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 23 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון נתַנאֵל דעם זון פֿון צוּעַרן.

24 אױפֿן דריטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון זבֿולון, אֶליאָבֿ דער זון פֿון חֵלוֹנען. 25 זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;

26 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 27 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 28 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 29 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אֶליאָבֿ דעם זון פֿון חֵלוֹנען.

30 אױפֿן פֿירטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון ראובֿן, אֶליצור דער זון פֿון שדֵיאורן. 31 זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;

32 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 33 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 34 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 35 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אֶליצור דעם זון פֿון שדֵיאורן.

36 אױפֿן פֿינפֿטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון שמעון, שלומיאֵל דער זון פֿון צורישַדָין. 37 זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער: 38 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך;

39 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקערער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 40 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 41 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון שלומיאֵל דעם זון פֿון צורישַדָין.

42 אױפֿן זעקסטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון גָד, אֶליָסָף דער זון פֿון דְעואֵלן. 43 זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;

44 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 45 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 46 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 47 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אֶליָסָף דעם זון פֿון דְעואֵלן.

48 אױפֿן זיבעטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון אפֿרים, אֶלישָמָע דער זון פֿון עַמיהודן. 49 זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; 50 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך;

51 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 52 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 53 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אֶלישָמָע דעם זון פֿון עַמיהודן.

54 אױפֿן אַכטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון מנַשֶה, גַמליאֵל דער זון פֿון פּדָהצורן. 55 זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;

56 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 57 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 58 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 59 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון גַמליאֵל דעם זון פֿון פּדָהצורן.

60 אױפֿן נײַנטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון בנימין, אַבֿידָן דער זון פֿון גדעונין. 61 זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער;

62 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 63 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 64 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 65 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אַבֿידָן דעם זון פֿון גדעונין.

66 אױפֿן צענטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון דָן, אַחיעֶזֶר דער זון פֿון עַמישַדָין. 67 זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; 68 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 69 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 70 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 71 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אַחיעֶזֶר דעם זון פֿון עַמישַדָין.

72 אױפֿן עלפֿטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון אָשֵר, פּגעִיאֵל דער זון פֿון עָכרָנען. 73 זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; 74 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 75 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 76 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 77 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון פּגעִיאֵל דעם זון פֿון עָכרָנען.

78 אױפֿן צװעלפֿטן טאָג, דער פֿירשט פֿון די קינדער פֿון נַפֿתָּלי, אַחירַע דער זון פֿון עֵינָנען. 79 זײַן קָרבָּן איז געװען: אײן זילבערנע שיסל װאָס איר װאָג איז געװען הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אײן זילבערנער שפּרענגבעקן פֿון זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל; בײדע פֿול מיט זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער; 80 אײן גילדערנע שאָל פֿון צען שֶקל, פֿול מיט װײַרעך; 81 אײן יונגער אָקס, אײן װידער, אײן שעפּס אַ יאָריקער, פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער; 82 אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; 83 און פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, צװײ רינדער, פֿינף װידערס, פֿינף בעק, פֿינף שעפּסן יאָריקע. דאָס איז דער קָרבָּן פֿון אַחירַע דעם זון פֿון עֵינָנען.

84 דאָס איז געװען די באַנײַונג פֿון דעם מזבח, אין דעם טאָג װאָס ער איז געזאַלבט געװאָרן, פֿון די פֿירשטן פֿון יִשׂרָאֵל: צװעלף זילבערנע שיסלען, צװעלף זילבערנע שפּרענגבעקנס, צװעלף גילדערנע שאָלן; 85 איטלעכע שיסל הונדערט און דרײַסיק שֶקל זילבער, און איטלעכער שפּרענגבעקן זיבעציק; דאָס גאַנצע זילבער פֿון די כּלים, צװײ טױזנט און פֿיר הונדערט, אױפֿן הײליקן שֶקל. 86 צװעלף גילדערנע שאָלן פֿול מיט װײַרעך, צו צען, צו צען שֶקל אַ שאָל, אױפֿן הײליקן שֶקל; דאָס גאַנצע גאָלד פֿון די שאָלן, הונדערט און צװאַנציק. 87 אַלע רינדער פֿאַר בראַנדאָפּפֿער: צװעלף אָקסן; װידערס צװעלף; שעפּסן יאָריקע צװעלף, מיט זײער שפּײַזאָפּפֿער, און ציגנבעק צװעלף, פֿאַר זינדאָפּפֿער. 88 און אַלע רינדער פֿאַר פֿרידאָפּפֿער: פֿיר און צװאַנציק אָקסן; װידערס זעכציק, בעק זעכציק, שעפּסן יאָריקע זעכציק. דאָס איז געװען די באַנײַונג פֿון דעם מזבח נאָך דעם װי ער איז געזאַלבט געװאָרן.

89 און אַז משה איז געקומען אין אוֹהל-מוֹעד כּדי ג-ט זאָל רעדן מיט אים, האָט ער געהערט דעם קֹול רעדן צו אים פֿון איבער דעם דעק װאָס אױפֿן אָרון פֿון צײגנים, פֿון צװישן די צװײ כּרובֿים; אַזױ האָט ער גערעדט צו אים.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-15_21-32-39-