Publicidade

Números 28

1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 באַפֿעל די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: מײַן קָרבָּן, מײַן שפּײַז פֿון מײַנע פֿײַעראָפּפֿער, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו מיר, זאָלט איר היטן מקריבֿ צו זײַן צו מיר אין זײַן געשטעלטער צײַט. 3 און זאָלסט זאָגן צו זײ: דאָס איז דאָס פֿײַעראָפּפֿער װאָס איר זאָלט מקריבֿ זײַן צו ה׳: צװײ שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער, אַ טאָג, אַ שטענדיק בראַנדאָפּפֿער. 4 אײן שעפּס זאָלסטו מאַכן אין דער פֿרי, און דעם צװײטן זאָלסטו מאַכן קעגן אָװנט. 5 און אַ צענטל אֵיפֿה זעמלמעל פֿאַר אַ שפּײַזאָפּפֿער, פֿאַרמישט מיט געשלאָגענעם אײל, אַ פֿערטל הין. 6 אַ שטענדיק בראַנדאָפּפֿער, אַזױ װי עס איז געמאַכט געװאָרן בײַם באַרג סינַי, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳. 7 און זײַן גיסאָפּפֿער: אַ פֿערטל הין צו דעם אײן שעפּס; אין הײליקטום זאָלסטו גיסן דאָס גיסאָפּפֿער פֿון שטאַרקן געטראַנק צו ה׳. 8 און דעם צװײטן שעפּס זאָלסטו מאַכן קעגן אָװנט; אַזױ װי דאָס שפּײַזאָפּפֿער פֿון אין דער פֿרי, און אַזױ װי זײַן גיסאָפּפֿער, זאָלסטו מאַכן, אַ פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳.

9 און אין טאָג פֿון שבת: צװײ שעפּסן יאָריקע אָן אַ פֿעלער, און צװײ צענטל זעמלמעל, אַ שפּײַזאָפּפֿער, פֿאַרמישט מיט אײל, מיט זײַן גיסאָפּפֿער; 10 אַ בראַנדאָפּפֿער פֿון שבת אין שבת, אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן גיסאָפּפֿער.

11 און אין אײַערע ראָש-חודשן זאָלט איר מקריבֿ זײַן אַ בראַנדאָפּפֿער צו ה׳: צװײ יונגע אָקסן, און אײן װידער; זיבן שעפּסן יאָריקע, אָן אַ פֿעלער. 12 און דרײַ צענטל זעמלמעל, אַ שפּײַזאָפּפֿער, פֿאַרמישט מיט אײל, צו איטלעכן אָקס, און צװײ צענטל זעמלמעל, אַ שפּײַזאָפּפֿער, פֿאַרמישט מיט אײל, צו דעם אײן װידער; 13 און צו צענטל, צו צענטל זעמלמעל, אַ שפּײַזאָפּפֿער, פֿאַרמישט מיט אײל, צו איטלעכן שעפּס. אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו ה׳. 14 און זײערע גיסאָפּפֿער: אַ האַלבער הין װײַן זאָל זײַן צו אַן אָקס, און אַ דריטל הין צו אַ װידער, און אַ פֿערטל הין צו אַ שעפּס. דאָס איז דאָס בראַנדאָפּפֿער פֿון ראָש-חודש אין ראָש-חודש פֿאַר די חדשים פֿון יאָר. 15 און אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער צו ה׳, אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, זאָל געמאַכט װערן, מיט זײַן גיסאָפּפֿער.

16 און אין ערשטן חודש, אין פֿערצנטן טאָג פֿון חודש, זאָל זײַן אַ קָרבָּן-פֶּסַח צו ה׳. 17 און אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חודש, זאָל זײַן אַ יוֹם-טובֿ. זיבן טעג זאָל געגעסן װערן מַצות. 18 אין ערשטן טאָג זאָל זײַן אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן. 19 און איר זאָלט מקריבֿ זײַן אַ פֿײַעראָפּפֿער, אַ בראַנדאָפּפֿער צו ה׳: צװײ יונגע אָקסן, און אײן װידער, און זיבן שעפּסן יאָריקע; אָן אַ פֿעלער זאָלן זײ בײַ אײַך זײַן. 20 און זײער שפּײַזאָפּפֿער: זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל; דרײַ צענטל צו אַן אָקס, און צװײ צענטל צו אַ װידער, זאָלט איר מאַכן. 21 צו צענטל, צו צענטל זאָלסטו מאַכן פֿאַר איטלעכן שעפּס פֿון די זיבן שעפּסן. 22 און אײן באָק אַ זינדאָפּפֿער, מכַפּר צו זײַן אױף אײַך. 23 אַחוץ דעם בראַנדאָפּפֿער פֿון אין דער פֿרי, װאָס פֿאַרן שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער, זאָלט איר מאַכן די דאָזיקע. 24 אַזױ װי די דאָזיקע זאָלט איר מאַכן טעגלעך זיבן טעג, אַ שפּײַז פֿון פֿײַעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳. אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער זאָל עס געמאַכט װערן, מיט זײַן גיסאָפּפֿער. 25 און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל זײַן אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע בײַ אײַך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן.

26 און אין טאָג פֿון די ערשטצײַטיקע, װען איר ברענגט אַ שפּײַזאָפּפֿער פֿון נײַער תּבֿואה צו ה׳, אין אײַער שבֿועות, זאָל זײַן אַ הײליקע פֿאַרזאַמלונגע בײַ אײַך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר נישט טאָן. 27 און איר זאָלט מקריבֿ זײַן אַ בראַנדאָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו ה׳: צװײ יונגע אָקסן, אײן װידער, זיבן שעפּסן יאָריקע. 28 און זײער שפּײַזאָפּפֿער: זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, דרײַ צענטל צו איטלעכן אָקס, צװײ צענטל צו דעם אײן װידער; 29 צו צענטל, צו צענטל פֿאַר איטלעכן שעפּס פֿון די זיבן שעפּסן. 30 אײן ציגנבאָק, מכַפּר צו זײַן אױף אײַך. 31 אַחוץ דעם שטענדיקן בראַנדאָפּפֿער און זײַן שפּײַזאָפּפֿער זאָלט איר זײ מאַכן – אָן אַ פֿעלער זאָלן זײ בײַ אײַך זײַן – מיט זײערע גיסאָפּפֿער.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-15_21-32-39-