1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 רעד צו אַהרֹנען און זאָלסט זאָגן צו אים: אַז דו צינדסט אָן די ליכט זאָלן די זיבן רערלעך לײַכטן פֿאָרנט צו פֿון דער מנוֹרה. 3 און אַהרֹן האָט אַזױ געטאָן: ער האָט אָנגעצונדן די רערלעך פֿאָרנט צו פֿון דער מנוֹרה, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
4 און אַזױ איז געװען די אַרבעט פֿון דער מנוֹרה: געהאַמערט פֿון גאָלד; ביז אױף איר פֿוסגעשטעל, ביז אױף אירע בלומען, איז זי געװען געהאַמערט; אַזױ װי די זעונג װאָס ה׳ האָט באַװיזן משהן, אַזױ האָט ער געמאַכט די מנוֹרה.
5 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 6 נעם די לוִיִים פֿון צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זײ רײניקן. 7 און אַזױ זאָלסטו טאָן צו זײ, זײ צו רײניקן: שפּריץ אױף זײ װאַסער פֿון רײניקונג, און זײ זאָלן אַריבערפֿירן אַ גאָלמעסער איבער זײער גאַנצן לײַב, און װאַשן זײערע קלײדער, און זיך רײניקן. 8 און זײ זאָלן נעמען אַ יונגען אָקס, און דאָס שפּײַזאָפּפֿער דערצו פֿון זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל; און אַ צװײטן יונגן אָקס זאָלסטו נעמען פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער. 9 און זאָלסט מאַכן גענענען די לוִיִים פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד; און זאָלסט אײַנזאַמלען די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 10 און זאָלסט מאַכן גענענען די לוִיִים פֿאַר ה׳, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױף די לוִיִים. 11 און אַהרֹן זאָל אױפֿהײבן די לוִיִים אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳ פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, כּדי זײ זאָלן זײַן אױף צו דינען דעם דינסט פֿון ה׳. 12 און די לוִיִים זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון די אָקסן; און מאַך אײנעם אַ זינדאָפּפֿער און אײנעם אַ בראַנדאָפּפֿער צו ה׳, מכַפּר צו זײַן אױף די לוִיִים. 13 און זאָלסט שטעלן די לוִיִים פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע זין, און זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג צו ה׳.
14 און זאָלסט אָפּשײדן די לוִיִים פֿון צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און די לוִיִים זאָלן געהערן צו מיר. 15 און דערנאָך זאָלן קומען די לוִיִים צו באַדינען דעם אוֹהל-מוֹעד; און זאָלסט זײ רײניקן, און זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג. 16 װאָרעם אָפּגעגעבן זײַנען זײ אָפּגעגעבן צו מיר פֿון צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; אַנשטאָט איטלעכן װאָס עפֿנט דעם טראַכט, איטלעכן בכוֹר פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, האָב איך זײ גענומען פֿאַר מיר. 17 װאָרעם צו מיר געהערט איטלעכער בכוֹר צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון אַ מענטשן אָדער פֿון אַ בהמה; אין דעם טאָג װאָס איך האָב דערשלאָגן אַלע בכוֹרים אין לאַנד מִצרַיִם, האָב איך זײ געהײליקט צו מיר. 18 און איך האָב גענומען די לוִיִים אַנשטאָט אַלע בכוֹרים צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 19 און איך האָב געגעבן די לוִיִים אָפּגעגעבענע צו אַהרֹנען און צו זײַנע קינדער פֿון צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, צו דינען דעם דינסט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין אוֹהל-מוֹעד, און מכַפּר צו זײַן אױף די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, כּדי עס זאָל נישט זײַן צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אַ פּלאָג, אַז די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װעלן גענענען צום הײליקטום.
20 און משה און אַהרֹן און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן אַזױ געטאָן צו די לוִיִים; אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן װעגן די לוִיִים, אַזױ האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל צו זײ געטאָן.
21 און די לוִיִים האָבן זיך גערײניקט, און האָבן געװאַשן זײערע קלײדער; און אַהרֹן האָט זײ אױפֿגעהױבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳, און אַהרֹן האָט מכַפּר געװען אױף זײ, כּדי זײ צו רײניקן. 22 און דערנאָך זײַנען געקומען די לוִיִים צו דינען זײער דינסט אין אוֹהל-מוֹעד, אונטער אַהרֹנען און אונטער זײַנע זין; אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן װעגן די לוִיִים, אַזױ האָבן זײ צו זײ געטאָן.
23 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 24 דאָס איז װעגן די לוִיִים: פֿון פֿינף און צװאַנציק יאָר אַלט און העכער זאָל ער קומען צו דינען דעם דינסט בײַ דער אַרבעט פֿון אוֹהל-מוֹעד. 25 און נאָך פֿופֿציק יאָר אַלט זאָל ער זיך אומקערן פֿון דעם אַרבעטדינסט, און מער נישט דינען. 26 נאָר ער זאָל אונטערהעלפֿן זײַנע ברידער אין אוֹהל-מוֹעד צו היטן די היטונג, אָבער קײן דינסט זאָל ער מער נישט דינען. אַזױ זאָלסטו טאָן מיט די לוִיִים אין זײערע היטונגען.