1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 רעד צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַז אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ װעט קלאָר אַ נדר טאָן דעם נדר פֿון אַ נזיר, זיך אָפּצושײדן צו ה׳, 3 זאָל ער פֿון װײַן און שטאַרקן געטראַנק זיך אָפּהאַלטן; עסיק פֿון װײַן און עסיק פֿון שטאַרקן געטראַנק זאָל ער נישט טרינקען, און קײן זאַפֿט פֿון טרױבן זאָל ער נישט טרינקען; און טרױבן פֿרישע אָדער געטריקנטע זאָל ער נישט עסן. 4 אַלע טעג פֿון זײַן נזיר אָפּזונדערן זאָל ער פֿון אַלץ װאָס װערט געמאַכט פֿון װײַנשטאָק, פֿון קערנדלעך ביז אַ שאָלעכץ נישט עסן. 5 אַלע טעג פֿון זײַן נדר פֿון נזיר אָפּזונדערן זאָל אַ גאָלמעסער נישט אַריבערגײן איבער זײַן קאָפּ; ביז עס װערן פֿול די טעג װאָס ער װעט זיך אָפּשײדן צו ה׳, זאָל ער זײַן הײליק: לאָזן װאַקסן װילד די האָר פֿון זײַן קאָפּ. 6 אַלע טעג װאָס ער שײדט זיך אָפּ צו ה׳, זאָל ער צו דעם לײַב פֿון אַ טױטן נישט צוגײן. 7 אָן זײַן פֿאָטער און אָן זײַן מוטער, אָן זײַן ברודער און אָן זײַן שװעסטער, אַפֿילו אָן זײ זאָל ער זיך נישט פֿאַראומרײניקן, אַז זײ שטאַרבן, װאָרעם די נזיר אָפּזונדערן פֿון זײַן ג-ט איז אױף זײַן קאָפּ. 8 אַלע טעג פֿון זײַן נזיר אָפּזונדערן איז ער הײליק צו ה׳. 9 און אַז עמיצער װעט שטאַרבן לעבן אים פּלוצלינג אומגעריכט, און װעט פֿאַראומרײניקן זײַן נזיר-קאָפּ, זאָל ער אָפּגאָלן זײַן קאָפּ אין דעם טאָג װאָס ער װערט רײן: אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל ער אים אָפּגאָלן. 10 און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל ער ברענגען צװײ טורטלטױבן, אָדער צװײ יונגע טױבן, צום כּהן, צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 11 און דער כּהן זאָל מאַכן אײנע פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און אײנע פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, און מכַפּר זײַן אױף אים פֿאַר װאָס ער האָט געזינדיקט אָן דעם טױטן; און ער זאָל הײליקן זײַן קאָפּ אין יענעם טאָג. 12 און ער זאָל זיך אָפּשײדן צו ה׳ די טעג פֿון זײַן נזיר אָפּזונדערן, און ברענגען אַ יאָריקן שעפּס פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער, און די פֿריִערדיקע טעג זאָלן אָפּפֿאַַלן, װאָרעם זײַן נזיר אָפּזונדערן איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן.
13 און דאָס איז דער דין פֿון אַ נזיר: אין דעם טאָג װאָס די טעג פֿון זײַן נזיר אָפּזונדערן װערן פֿול, זאָל מען אים ברענגען צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד; 14 און ער זאָל גענענען זײַן קָרבָּן צו ה׳, אײן שעפּס אַ יאָריקן אָן אַ פֿעלער פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, און אײן שאָף אַ יאָריקע אָן אַ פֿעלער פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער, און אײן װידער אָן אַ פֿעלער פֿאַר אַ פֿרידאָפּפֿער, 15 און אַ קאָרב אומגעזײַערטן ברױט, חלות פֿון זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל, און אומגעזײַערטע קוכנס באַשמירט מיט אײל, און זײער שפּײַזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער. 16 און דער כּהן זאָל עס גענענען פֿאַר ה׳, און מאַכן זײַן זינדאָפּפֿער און זײַן בראַנדאָפּפֿער. 17 און דעם װידער זאָל ער מאַכן אַ פֿרידאָפּפֿער צו ה׳, מיט דעם קאָרב אומגעזײַערטן ברױט; און דער כּהן זאָל מאַכן זײַן שפּײַזאָפּפֿער און זײַן גיסאָפּפֿער. 18 און דער נזיר זאָל אָפּגאָלן בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זײַן נזיר-קאָפּ, און נעמען די האָר פֿון זײַן נזיר-קאָפּ, און אַרױפֿטאָן אױף דעם פֿײַער װאָס אונטערן פֿרידאָפּפֿער. 19 און דער כּהן זאָל נעמען די שולטער, אַ געקאָכטע, פֿון דעם װידער, און אײן אומגעזײַערטע חלה פֿון דעם קאָרב, און אײן אומגעזײַערטן קוכן, און אַרױפֿטאָן אױף דעם נזירס הענט, נאָך דעם װי ער האָט זיך אָפּגעגאָלט זײַנע נזיר-האָר. 20 און דער כּהן זאָל זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר ה׳; דאָס איז הײליק צום כּהן, מיט דער ברוסט פֿון אױפֿהײבונג, און מיט דעם שענקל פֿון אָפּשײדונג. און דערנאָך מעג דער נזיר טרינקען װײַן.
21 דאָס איז דער דין פֿון דעם נזיר װאָס טוט אַ נדר, װעגן זײַן קָרבָּן צו ה׳ פֿאַר זײַן נזיר אָפּזונדערן, אַחוץ װאָס זײַן האַנט פֿאַרמאָגט נאָך צוצוגעבן; אַזױ װי זײַן נדר װאָס ער װעט אַ נדר טאָן, אַזױ מוז ער טאָן, לױט דעם דין פֿון זײַן נזיר אָפּזונדערן.
22 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 23 רעד צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין, אַזױ צו זאָגן: אַזױ זאָלט איר בענטשן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; זאָגט צו זײ:
24 ה׳ זאָל דיך בענטשן, און דיך היטן!
25 ה׳ זאָל דערלײַכטן זײַן פּנים צו דיר, און דיך לײַטזעליקן!
26 ה׳ זאָל אױפֿהײבן זײַן פּנים צו דיר, און דיר באַשערן שלום!
27 און זײ זאָלן אַרױפֿטאָן מײַן נאָמען אױף די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און איך װעל זײ בענטשן.