1 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 זײַ זיך נוֹקם די נקמה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אָן די מִדיָנים; דערנאָך װעסטו אײַנגעזאַמלט װערן צו דײַן פֿאָלק.
3 האָט משה גערעדט צום פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: באַװאָפֿנט פֿון אײַך מענער צום חיל, און זאָלן זײ גײן אױף מִדיָן אױסצופֿירן די נקמה פֿון ה׳ אױף מִדיָן. 4 צו טױזנט פֿון אַ שבֿט, צו טױזנט פֿון אַ שבֿט, פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, זאָלט איר שיקן אין חיל.
5 זײַנען צוגעשטעלט געװאָרן פֿון די טױזנטן פֿון יִשׂרָאֵל צו טױזנט פֿון אַ שבֿט, צװעלף טױזנט באַװאָפֿנטע חיל. 6 און משה האָט זײ געשיקט אין חיל צו טױזנט פֿון אַ שבֿט, זײ מיט פּינְחס דעם זון פֿון אֶלעָזָר דעם כּהן, אין חיל, מיט די הײליקע כּלים און די שאַלטרומײטן אין זײַן האַנט. 7 און זײ האָבן מלחמה געהאַלטן אױף מִדיָן, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן, און זײ האָבן אױסגעהרגעט יעטװעדער מאַנספּאַרשױן. 8 אױך די מלכים פֿון מִדיָן האָבן זײ געהרגעט צװישן זײערע דערשלאָגענע: אַוִי, און רֶקֶם, און צוּר, און חוּר, און רֶבֿע, די פֿינף מלכים פֿון מִדיָן; אױך בִלעָם דעם זון פֿון בעוֹרן האָבן זײ געהרגעט מיטן שװערד. 9 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געפֿאַנגען די װײַבער פֿון מִדיָן, און זײערע קלײנע קינדער; און אַלע זײערע בהמות, און אַלע זײערע פֿיך, און זײער גאַנצן פֿאַרמעג, האָבן זײ אַװעקגערױבט. 10 און אַלע זײערע שטעט אין זײערע װױנערטער, און אַלע זײערע לאַגערדערפֿער, האָבן זײ פֿאַרברענט אין פֿײַער. 11 און זײ האָבן גענומען דעם גאַנצן זאַקרױב, און דעם גאַנצן טרײַברױב, פֿון מענטשן און פֿון בהמות, 12 און האָבן געבראַכט די געפֿאַנגענע און דעם טרײַברױב און דעם זאַקרױב צו משהן און צו אֶלעָזָר דעם כּהן, און צו דער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אין לאַגער, אױף די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ װאָס בײַם יַרדן לעבן יריחוֹ.
13 זײַנען משה, און אֶלעָזָר דער כּהן, און אַלע פֿירשטן פֿון דער עדה, אַרױסגעגאַנגען זײ אַנטקעגן אױסן לאַגער. 14 און משה האָט געצערנט אױף די אױפֿגעזעצטע איבערן חיל, די עלטסטע פֿון טױזנט, און די עלטסטע פֿון הונדערט, װאָס זײַנען געקומען פֿון מלחמה-דינסט. 15 און משה האָט צו זײ געזאָגט: האָט איר געלאָזט לעבן אַלע װײַבספּאַרשױנען? 16 דאָס האָבן זײ דאָך, אױף דעם אָנרעד פֿון בִלעָמען, געבראַכט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל צו באַגײן אַ פֿעלשונג אָן ה׳, אין דער מעשׂה פֿון פּעוֹר, און די מגפֿה איז געװען אױף דער עדה פֿון ה׳. 17 און אַצונד הרגעט יעטװעדער מאַנספּאַרשױן צװישן די קלײנע קינדער, און הרגעט יעטװעדער װײַבספּאַרשױן װאָס װײס פֿון אַ מאַן דורך ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן.
18 און אַלע קינדער צװישן די װײַבספּאַרשױנען װאָס װײסן נישט פֿון ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן, זאָלט איר לאָזן לעבן פֿאַר אײַך. 19 און איר, לאַגערט אױסן לאַגער זיבן טעג; איטלעכער װאָס האָט געהרגעט אַ נפֿש, און איטלעכער װאָס האָט זיך אָנגערירט אָן אַ דערשלאָגענעם, רײניקט אײַך אױפֿן דריטן טאָג און אױפֿן זיבעטן טאָג, איר און אײַערע געפֿאַנגענע. 20 און יעטװעדער בגד, און יעטװעדער זאַך פֿון פֿעל, און אַלץ װאָס איז געמאַכט פֿון ציגנהאָר, און יעטװעדער הילצערנע כּלי, זאָלט איר אײַך רײניקן.
21 און אֶלעָזָר דער כּהן האָט געזאָגט צו די חילס-לײַט װאָס זײַנען געגאַנגען אין מלחמה: דאָס איז דאָס געזעץ פֿון דער תּורה װאָס ה׳ האָט באַפֿױלן משהן: 22 אָבער דאָס גאָלד, און דאָס זילבער, דאָס קופּער, דאָס אײַזן, דאָס צין, און דאָס בלײַ, 23 אַלץ װאָס קען קומען אין פֿײַער, זאָלט איר מאַכן דורכגײן דורך פֿײַער, און עס װעט װערן רײן; נאָר עס מוז גערײניקט װערן מיט שפּרענגװאַסער. און אַלץ װאָס קען נישט קומען אין פֿײַער, זאָלט איר מאַכן דורכגײן דורך װאַסער. 24 און איר זאָלט װאַשן אײַערע קלײדער אױפֿן זיבעטן טאָג, און איר װעט װערן רײן, און דערנאָך מעגט איר אַרײַנקומען אין לאַגער.
25 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 26 נעם אױף די צאָל פֿון דעם געפֿאַנגענעם טרײַברױב, פֿון מענטשן און פֿון בהמות, דו און אֶלעָזָר דער כּהן, און די הױפּטלײַט פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון דער עדה. 27 און זאָלסט צעטײלן דעם טרײַברױב אין העלפֿט, צװישן די מלחמה-האַלטערס װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען אין חיל, און צװישן דער גאַנצער עדה. 28 און זאָלסט אָפּשײדן אַן אָפּגאָב צו ה׳ פֿון די מלחמה-לײַט װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען אין חיל; אײן שטיק פֿון פֿינף הונדערט, פֿון די מענטשן, און פֿון די רינדער, און פֿון די אײזלען, און פֿון די שאָף. 29 פֿון זײער העלפֿט זאָלט איר עס נעמען; און זאָלסט עס געבן צו אֶלעָזָר דעם כּהן, אַן אָפּשײדונג צו ה׳. 30 און פֿון דער העלפֿט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זאָלסטו נעמען אײנס אַרױסגענומען פֿון פֿופֿציק, פֿון די מענטשן, פֿון די רינדער, פֿון די אײזלען, און פֿון די שאָף – פֿון אַלע בהמות; און זאָלסט זײ געבן צו די לוִיִים, װאָס היטן די היטונג פֿון דעם מישכּן פֿון ה׳.
31 און משה און אֶלעָזָר דער כּהן האָבן געטאָן אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן. 32 און דער טרײַברױב װאָס איז געבליבן נאָך דעם רױב װאָס דאָס חיל-פֿאָלק האָט גערױבט, איז געװען: שאָף, זעקס הונדערט טױזנט און זיבעציק טױזנט און פֿינף טױזנט; 33 און רינדער, צװײ און זיבעציק טױזנט; 34 און אײזלען, אײן און זעכציק טױזנט; 35 און נפֿשות פֿון מענטשן, פֿון װײַבספּאַרשױנען װאָס האָבן נישט געװוּסט פֿון ליגן מיט אַ מאַנספּאַרשױן – אַלע נפֿשות, צװײ און דרײַסיק טױזנט. 36 און אַ העלפֿט, דער חלק פֿון די װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען אין חיל – די צאָל פֿון די שאָף, איז געװען דרײַ הונדערט טױזנט און דרײַסיק טױזנט און זיבן טױזנט און פֿינף הונדערט. 37 און די אָפּגאָב צו ה׳ פֿון די שאָף איז געװען זעקס הונדערט און פֿינף און זיבעציק. 38 און די רינדער, זעקס און דרײַסיק טױזנט, און די אָפּגאָב פֿון זײ צו ה׳, צװײ און זיבעציק. 39 און אײזלען, דרײַסיק טױזנט און פֿינף הונדערט; און די אָפּגאָב פֿון זײ צו ה׳, אײן און זעכציק. 40 און נפֿשות פֿון מענטשן, זעכצן טױזנט; און די אָפּגאָב פֿון זײ צו ה׳, צװײ און דרײַסיק נפֿשות. 41 און משה האָט איבערגעגעבן די אָפּגאָב פֿון ג-טס אָפּשײדונג צו אֶלעָזָר דעם כּהן, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן. 42 און פֿון דער העלפֿט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס משה האָט אַראָפּגענומען בײַ די מענער װאָס זײַנען געװען אין חיל – 43 און די העלפֿט פֿון דער עדה איז געװען: פֿון די שאָף, דרײַ הונדערט טױזנט און דרײַסיק טױזנט און זיבן טױזנט און פֿינף הונדערט; 44 און רינדער, זעקס און דרײַסיק טױזנט; 45 און אײזלען, דרײַסיק טױזנט און פֿינף הונדערט;
46 און נפֿשות פֿון מענטשן, זעכצן טױזנט – 47 פֿון דער העלפֿט פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָט משה גענומען אײנס אַרױסגענומען פֿון פֿופֿציק, פֿון די מענטשן, און פֿון די בהמות, און ער האָט זײ געגעבן צו די לוִיִים, װאָס היטן די היטונג פֿון דעם מישכּן פֿון ה׳, אַזױ װי ה׳ האָט משהן באַפֿױלן.
48 און די אױפֿגעזעצטע װאָס איבער די טױזנטן פֿון חיל, די עלטסטע פֿון טױזנט, און די עלטסטע פֿון הונדערט, האָבן גענענט צו משהן; 49 און זײ האָבן געזאָגט צו משהן: דײַנע קנעכט האָבן אױפֿגענומען די צאָל פֿון די מלחמה-לײַט װאָס אונטער אונדזער האַנט, און קײנער פֿון אונדז איז נישט געמינערט געװאָרן. 50 האָבן מיר געבראַכט אַ קָרבָּן צו ה׳, איטלעכער װאָס ער האָט געפֿונען, גילדערנע זאַכן, אָרעמבענדער, און האַנטקײטלעך, פֿינגערלעך, אױרינגען, און האַלדזבענדער, מכַפּר צו זײַן אױף אונדזער זעל פֿאַר ה׳.
51 האָבן משה און אֶלעָזָר דער כּהן צוגענומען פֿון זײ דאָס גאָלד, אַלערלײ אױסגעאַרבעטע זאַכן. 52 און דאָס גאַנצע גאָלד פֿון דער אָפּשײדונג װאָס זײ האָבן אָפּגעשײדט צו ה׳, איז געװען זעכצן טױזנט זיבן הונדערט און פֿופֿציק שֶקל, פֿון די עלטסטע פֿון טױזנט, און פֿון די עלטסטע פֿון הונדערט. – 53 די חילס-לײַט האָבן גערױבט איטלעכער פֿאַר זיך. – 54 און משה און אֶלעָזָר דער כּהן האָבן צוגענומען דאָס גאָלד פֿון די עלטסטע פֿון טױזנט און פֿון הונדערט, און האָבן עס געבראַכט אין אוֹהל-מוֹעד, אַ דערמאָנונג אָן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר ה׳.