Publicidade

Números 26

1 האָט ה׳ געזאָגט צו משהן און צו אֶלעָזָר דעם זון פֿון אַהרֹן דעם כּהן, אַזױ צו זאָגן: 2 נעמט אױף די צאָל פֿון דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, איטלעכן װאָס גײט אַרױס אין חיל אין יִשׂרָאֵל.

3 און משה און אֶלעָזָר דער כּהן האָבן גערעדט מיט זײ אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ בײַם יַרדן לעבן יריחוֹ, אַזױ צו זאָגן: 4 מע זאָל אױפֿנעמען פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן, און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם.

5 ראובֿן, דער בכוֹר פֿון יִשׂרָאֵלן: די קינדער פֿון ראובֿן: חַנוֹך – די משפּחה פֿון די חַנוֹכים; פֿון פַּלואן די משפּחה פֿון די פּלואים; 6 פֿון חֶצרוֹנען די משפּחה פֿון די חֶצרוֹנים; פֿון כַּרמין די משפּחה פֿון די כַּרמים. 7 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די ראובֿנים; און זײערע געצײלטע זײַנען געװען דרײַ און פֿערציק טױזנט און זיבן הונדערט און דרײַסיק. 8 און די זין פֿון פַּלואן: אֶליאָבֿ.

9 און די זין פֿון אֶליאָבֿן: נמואֵל, און דָתָן, און אַבֿירָם. דאָס זײַנען דָתָן און אַבֿירָם, די גערופֿענע פֿון דער עדה, װאָס האָבן געקריגט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען אין קֹרַחס געזעמל, װען זײ האָבן געקריגט אַקעגן ה׳; 10 און די ערד האָט געעפֿנט איר מױל, און האָט אײַנגעשלונגען זײ און קֹרַחן, װען דאָס געזעמל איז אומגעקומען; װען אַ פֿײַער האָט פֿאַרצערט די צװײ הונדערט און פֿופֿציק מאַן, און זײ זײַנען געװאָרן פֿאַר אַ צײכן. 11 אָבער קֹרַחס זין זײַנען נישט אומגעקומען.

12 די קינדער פֿון שמעון לױט זײערע משפּחות: פֿון נמואֵלן די משפּחה פֿון די נמואֵלים; פֿון יָמינען די משפּחה פֿון די יָמינים; פֿון יָכינען די משפּחה פֿון די יָכינים; 13 פֿון זֶרַחן די משפּחה פֿון די זַרחים; פֿון שָאולן די משפּחה פֿון די שָאולים. 14 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די שמעוֹנים, צװײ און צװאַנציק טױזנט און צװײ הונדערט.

15 די קינדער פֿון גָד לױט זײערע משפּחות: פֿון צפֿוֹנען די משפּחה פֿון די צפֿוֹנים; פֿון חַגין די משפּחה פֿון די חַגים; פֿון שונין די משפּחה פֿון די שונים; 16 פֿון אָזנין די משפּחה פֿון די אָזנים; פֿון עֵרין די משפּחה פֿון די עֵרים; 17 פֿון אַרוֹדן די משפּחה פֿון די אַרוֹדים; פֿון אַראֵלין די משפּחה פֿון די אַראֵלים. 18 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די קינדער פֿון גָד לױט זײערע געצײלטע, פֿערציק טױזנט און פֿינף הונדערט.

19 די זין פֿון יהוּדהן: עֵר און אוֹנָן. און עֵר און אוֹנָן זײַנען געשטאָרבן אין לאַנד כּנַעַן. 20 און די קינדער פֿון יהוּדה לױט זײערע משפּחות זײַנען געװען: פֿון שֵלָהן די משפּחה פֿון די שֵלוֹנים; פֿון פֶּרֶצן די משפּחה פֿון פֶּרֶצים; פֿון זֶרַחן די משפּחה פֿון די זַרחים. 21 און די קינדער פֿון פֶּרֶץ זײַנען געװען: פֿון חֶצרוֹנען די משפּחה פֿון די חֶצרוֹנים; פֿון חָמולן די משפּחה פֿון די חָמולים. 22 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון יהוּדה לױט זײערע געצײלטע, זעקס און זיבעציק טױזנט און פֿינף הונדערט.

23 די קינדער פֿון יִשׂשָׂכָר לױט זײערע משפּחות: תּוֹלָע – די משפּחה פֿון די תּוֹלָעִים; פֿון פּוּװָהן די משפּחה פֿון די פּונים; 24 פֿון יָשובֿן די משפּחה פֿון די יָשובֿים; פֿון שִמרוֹנען די משפּחה פֿון די שִמרוֹנים. 25 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון יִשׂשָׂכָר לױט זײערע געצײלטע, פֿיר און זעכציק טױזנט און דרײַ הונדערט.

26 די קינדער פֿון זבֿולון לױט זײערע משפּחות: פֿון סֶרֶדן די משפּחה פֿון די סַרדים; פֿון אֵלוֹנען די משפּחה פֿון די אֵלוֹנים; פֿון יַחלאֵלן די משפּחה פֿון די יַחלאֵלים. 27 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די זבֿולונים לױט זײערע געצײלטע, זעכציק טױזנט און פֿינף הונדערט.

28 די קינדער פֿון יוֹסף לױט זײערע משפּחות: מנַשֶה און אפֿרים. 29 די קינדער פֿון מנַשֶה: פֿון מָכירן די משפּחה פֿון די מָכירים; און מָכיר האָט געבאָרן גִלעָדן; פֿון גִלעָדן די משפּחה פֿון די גִלעָדים. 30 דאָס זײַנען די קינדער פֿון גִלעָד: איעֶזֶר – די משפּחה פֿון די איעֶזרים; פֿון חֵלֶקן די משפּחה פֿון די חֶלקים; 31 און אַשׂריאֵל – די משפּחה פֿון די אַשׂריאֵלים; און שכֶם – די משפּחה פֿון די שִכמים; 32 און שמידָע – די משפּחה פֿון די שמידָעִים; און חֵפֿר – די משפּחה פֿון די חֶפֿרים.

33 און צלָפֿחָד דער זון פֿון חֵפֿרן, ער האָט נישט געהאַט קײן זין, נאָר בלױז טעכטער; און די נעמען פֿון צלָפֿחָדס טעכטער זײַנען געװען: מַחלָה, און נוֹעָה, חָגלָה, מִלכָּה, און תִּרצָה. 34 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון מנַשֶה; און זײערע געצײלטע זײַנען געװען צװײ און פֿופֿציק טױזנט און זיבן הונדערט.

35 דאָס זײַנען די קינדער פֿון אפֿרים לױט זײערע משפּחות: פֿון שותֶלַחן די משפּחה פֿון די שותַלחים; פֿון בֶכֶרן די משפּחה פֿון די בכרים; פֿון תַּחַנען די משפּחה פֿון די תַּחנים. 36 און דאָס זײַנען די קינדער פֿון שותֶלַח: פֿון עֵרָנען די משפּחה פֿון די עֵרָנים. 37 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די קינדער פֿון אפֿרים לױט זײערע געצײלטע, צװײ און דרײַסיק טױזנט און פֿינף הונדערט. דאָס זײַנען די קינדער פֿון יוֹסף לױט זײערע משפּחות.

38 די קינדער פֿון בנימינען לױט זײערע משפּחות: פֿון בֶלַען די משפּחה פֿון די בַלעִים; פֿון אַשבֵלן די משפּחה פֿון די אַשבֵלים; פֿון אַחירָמען די משפּחה פֿון די אַחירָמים; 39 פֿון שפֿופֿמען די משפּחה פֿון די שופֿמים; פֿון חופֿמען די משפּחה פֿון די חופֿמים. 40 און די זין פֿון בֶלַען זײַנען געװען אַרד און נַעֲמָן. פֿון אַרדן די משפּחה פֿון די אַרדים; פֿון נַעֲמָנען די משפּחה פֿון די נַעֲמָנים. 41 דאָס זײַנען די קינדער פֿון בנימין לױט זײערע משפּחות; און זײערע געצײלטע זײַנען געװען פֿינף און פֿערציק טױזנט און זעקס הונדערט.

42 דאָס זײַנען די קינדער פֿון דָן לױט זײערע משפּחות: פֿון שוחָמען די משפּחה פֿון די שוחָמים. דאָס זײַנען די משפּחות פֿון דָן לױט זײערע משפּחות. 43 אַלע משפּחות פֿון די שוחָמים לױט זײערע געצײלטע זײַנען געװען פֿיר און זעכציק טױזנט און פֿיר הונדערט.

44 די קינדער פֿון אָשֵר לױט זײערע משפּחות: פֿון יִמנָהן די משפּחה פֿון יִמנָה; פֿון יִשוִין די משפּחה פֿון די יִשוִים; פֿון בריעָהן די משפּחה פֿון די בריעִים. 45 פֿון די זין פֿון בריעָהן: פֿון חֶבֶֿר די משפּחה פֿון די חֶבֿרים; פֿון מַלכּיאֵלן די משפּחה פֿון די מַלכּיאֵלים. 46 און דער נאָמען פֿון אָשֵרס טאָכטער איז געװען שֶׂרַח. 47 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון די קינדער פֿון אָשֵר לױט זײערע געצײלטע, דרײַ און פֿופֿציק טױזנט און פֿיר הונדערט.

48 די קינדער פֿון נַפֿתָּלי לױט זײערע משפּחות: פֿון יַחצאֵלן די משפּחה פֿון די יַחצאֵלים; פֿון גונין די משפּחה פֿון די גונים; 49 פֿון יֵצֶרן די משפּחה פֿון די יִצרים; פֿון שִלֵמען די משפּחה פֿון די שִלֵמים.

50 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון נַפֿתָּלי לױט זײערע משפּחות; און זײערע געצײלטע זײַנען געװען פֿינף און פֿערציק טױזנט און פֿיר הונדערט.

51 דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, זעקס הונדערט טױזנט און טױזנט זיבן הונדערט און דרײַסיק.

52 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 53 צו די דאָזיקע זאָל אײַנגעטײלט װערן דאָס לאַנד פֿאַר אַ נחלה לױט דער צאָל פֿון נעמען. 54 דעם מערערן זאָלסטו געבן מער נחלה, און דעם װינציקערן זאָלסטו געבן װינציקער נחלה; 55 איטלעכן לױט זײַנע געצײלטע זאָל געגעבן װערן זײַן נחלה. אָבער דורך גורל זאָל צעטײלט װערן דאָס לאַנד; לױט די נעמען פֿון זײערע פֿאָטערשטאַמען זאָלן זײ אַרבן. 56 לױטן גורל זאָל זײער נחלה װערן, סײַ דעם מערערן סײַ דעם װינציקערן.

57 און דאָס זײַנען די געצײלטע פֿון די לוִיִים לױט זײערע משפּחות: פֿון גֵרשוֹנען די משפּחה פֿון די גֵרשונים; פֿון קהָתן די משפּחה פֿון די קהָתים; פֿון מרָרין די משפּחה פֿון די מרָרים. 58 דאָס זײַנען די משפּחות פֿון לֵוִי: די משפּחה פֿון די לִבֿנים, די משפּחה פֿון די חֶבֿרוֹנים, די משפּחה פֿון די מַחלים, די משפּחה פֿון די מושים, די משפּחה פֿון די קָרחים. און קהָת האָט געבאָרן עַמרָמען. 59 און דער נאָמען פֿון עַמרָמס װײַב איז געװען יוֹכֶבֿד, לֵוִיס טאָכטער װאָס איז געבאָרן געװאָרן בײַ לֵוִין אין מִצרַיִם; און זי האָט פֿון עַמרָמען געבאָרן אַהרֹנען און משהן, און זײער שװעסטער מִריָם. 60 און בײַ אַהרֹנען זײַנען געבאָרן געװאָרן נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, אֶלעָזָר, און איתָמָר. 61 און נָדָבֿ און אַבֿיהוא זײַנען געשטאָרבן װען זײ האָבן געבראַכט פֿרעמד פֿײַער פֿאַר ה׳.

62 און זײערע געצײלטע זײַנען געװען דרײַ און צװאַנציק טױזנט, אַלע מאַנספּאַרשױנען פֿון אַ חודש אַלט און העכער; װאָרעם זײ זײַנען נישט געצײלט געװאָרן צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װײַל זײ איז נישט געגעבן געװאָרן קײן נחלה צװישן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.

63 דאָס זײַנען די װאָס זײַנען געצײלט געװאָרן פֿון משהן און אֶלעָזָר דעם כּהן, װאָס האָבן געצײלט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ בײַם יַרדן לעבן יריחוֹ. 64 און צװישן די דאָזיקע איז נישט געװען קײנער פֿון די װאָס זײַנען געצײלט געװאָרן פֿון משהן און אַהרֹן דעם כּהן, װאָס האָבן געצײלט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין מדבר סינַי. 65 װאָרעם ה׳ האָט װעגן זײ געזאָגט: שטאַרבן אין מדבר װעלן זײ שטאַרבן; און קײנער פֿון זײ איז נישט געבליבן אַחוץ כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן, און יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-15_21-32-39-