1 האָט די גאַנצע עדה אױפֿגעהױבן און אַרױסגעלאָזט זײער קֹול; און דאָס פֿאָלק האָט געװײנט אין יענער נאַכט. 2 און אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געמורמלט אױף משהן און אױף אַהרֹנען, און די גאַנצע עדה האָט צו זײ געזאָגט: הלװאַי װאָלטן מיר געשטאָרבן אין לאַנד מִצרַיִם, אָדער הלװאַי װאָלטן מיר געשטאָרבן אין דעם דאָזיקן מדבר! 3 און נאָך װאָס ברענגט אונדז ה׳ אין דעם דאָזיקן לאַנד, צו פֿאַלן דורכן שװערד, אונדזערע װײַבער און אונדזערע קלײנע קינדער זאָלן װערן צו רױב? איז נישט בעסער פֿאַר אונדז זיך אומצוקערן קײן מִצרַיִם? 4 און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן: לאָמיר מאַכן אַ הױפּטמאַן, און זיך אומקערן קײן מִצרַיִם. 5 זײַנען משה און אַהרֹן געפֿאַלן אױף זײער פּנים פֿאַר דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון דער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 6 און יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון, און כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן, פֿון די װאָס האָבן אױסגעקוקט דאָס לאַנד, האָבן צעריסן זײערע קלײדער, 7 און האָבן געזאָגט צו דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: דאָס לאַנד, װאָס מיר זײַנען דורכגעגאַנגען דורך דעם, כּדי עס אױסצוקוקן, דאָס לאַנד איז זײער זײער גוט. 8 אױב ה׳ באַגערט אונדז, װעט ער אונדז ברענגען אין דעם דאָזיקן לאַנד, און װעט עס אונדז געבן – אַ לאַנד װאָס זי פֿליסט מיט מילך און האָניק.
9 איר זאָלט נאָר נישט װידערשפּעניקן אָן ה׳, און נישט מורא האָבן פֿאַר דעם פֿאָלק פֿון לאַנד, װאָרעם אונדזער ברױט זײַנען זײ; זײער שאָטן האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון זײ, און ג-ט איז מיט אונדז; איר זאָלט נישט מורא האָבן פֿאַר זײ. 10 האָט די גאַנצע עדה געזאָגט, מע זאָל זײ פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער; אָבער די פּראַכט פֿון ה׳ האָט זיך באַװיזן אין אוֹהל-מוֹעד צו אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
11 און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: ביז װאַנען װעט דאָס דאָזיקע פֿאָלק מיך לעסטערן? און ביז װאַנען װעלן זײ נישט גלױבן אין מיר, בײַ אַל די צײכנס װאָס איך האָב געמאַכט צװישן אים? 12 איך װעל אים שלאָגן מיט פּעסט, און װעל אים אױסראָטן, און װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ פֿאָלק גרעסער און מאַכטיקער פֿון אים. 13 האָט משה געזאָגט צו ה׳: אַז די מִצרַיִם װעלן הערן – װאָרעם דו האָסט דאָך אױפֿגעבראַכט מיט דײַן שטאַרקײט דאָס דאָזיקע פֿאָלק פֿון צװישן זײ – 14 װעלן זײ זאָגן צו די באַװױנער פֿון דעם דאָזיקן לאַנד, װאָס האָבן געהערט אַז דו, ה׳, ביסט צװישן דעם דאָזיקן פֿאָלק; װאָרעם אױג אין אױג ביסט דו, ה׳, געזען געװאָרן, און דײַן װאָלקן שטײט איבער זײ, און אין אַ װאָלקנזײַל גײסטו זײ פֿאַרױס בײַ טאָג, און אין אַ פֿײַערזײַל בײַ נאַכט – 15 איז, אַז דו װעסט טײטן דאָס דאָזיקע פֿאָלק אַזױ װי אײן מאַן, אַזױ װעלן זאָגן די אומות װאָס האָבן געהערט דײַן הערונג, אַזױ צו זאָגן: 16 װײַל ה׳ איז נישט ביכוֹלת צו ברענגען דאָס דאָזיקע פֿאָלק אין דעם לאַנד װאָס ער האָט זײ צוגעשװאָרן, האָט ער זײ אױסגעשאָכטן אין מדבר. 17 דערום זאָל אַצונד גרױס זײַן, איך בעט דיך, דער כּוֹח פֿון אֲדֹנָי לױט װי דו האָסט גערעדט, אַזױ צו זאָגן: 18 ה׳ איז אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און רײַך אין גענאָד, ער פֿאַרטראָגט זינד און פֿאַרברעכן, נאָר שענקען שענקט ער נישט; ער רעכנט זיך פֿאַר די זינד פֿון די פֿאָטערס מיט די קינדער, מיטן דריטן און מיטן פֿירטן דור. 19 פֿאַרגיב, איך בעט דיך, די זינד פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק, לױט דער גרױסקײט פֿון דײַן חֶסֶד, און אַזױ װי דו האָסט פֿאַרגעבן דעם דאָזיקן פֿאָלק פֿון מִצרַיִם און ביז אַהער.
20 האָט ה׳ געזאָגט: איך האָב פֿאַרגעבן אַזױ װי דײַן װאָרט. 21 אָבער אַזױ װי איך לעב, און די פּראַכט פֿון ה׳ איז פֿול די גאַנצע ערד, 22 אַז די אַלע מענטשן װאָס האָבן געזען מײַן פּראַכט און מײַנע צײכנס, װאָס איך האָב באַװיזן אין מִצרַיִם און אין מדבר, און פֿון דעסטװעגן האָבן זײ מיך געפּרוּװט שױן צען מאָל, און נישט צוגעהערט צו מײַן קֹול, 23 אױב זײ װעלן זען דאָס לאַנד, װאָס איך האָב צוגעשװאָרן זײערע עלטערן! יאָ, אַלע װאָס האָבן מיך געלעסטערט, װעלן עס נישט אָנזען. 24 נאָר מײַן קנעכט כָּלֵבֿ, װײַל אין אים איז געװען אַן אַנדער גײַסט, און ער איז געגאַנגען געטרײַ נאָך מיר, אים װעל איך ברענגען אין דעם לאַנד, װאָס ער איז אַהין געגאַנגען, און צו זײַן זאָמען װעט ער עס לאָזן בירושה. 25 דער עַמָלֵקי און דער כּנַעֲני זיצן אין טאָל; מאָרגן קערט אײַך אום, און ציט אײַך צום מדבר אױפֿן װעג צום ים-סוףֿ.
26 און ה׳ האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען, אַזױ צו זאָגן: 27 ביז װאַנען נאָך לאָזן די דאָזיקע בײזע עדה װאָס מורמלען אַקעגן מיר? איך האָב געהערט די מורמלערײַען פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס זײ מורמלען אַקעגן מיר. 28 זאָג צו זײ: אַזױ װי איך לעב, זאָגט ה׳, אױב נישט װי איר האָט גערעדט אין מײַנע אױערן, אַזױ װעל איך טאָן צו אײַך! 29 אין דעם דאָזיקן מדבר װעלן פֿאַלן אײַערע פּגרים, און אַלע אײַערע געצײלטע, לױט אײַער גאַנצער צאָל, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, װײַל איר האָט געמורמלט אַקעגן מיר. 30 איר װעט נישט קומען אין דעם לאַנד װאָס איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט אײַך צו מאַכן רוען דרינען, אַחוץ כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן, און יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון. 31 און אײַערע קלײנע קינדער װאָס איר האָט געזאָגט, זײ װעלן זײַן צו רױב, זײ װעל איך ברענגען אַהין, און זײ װעלן דערקענען דאָס לאַנד, װאָס איר האָט פֿאַראַכט. 32 אָבער איר – אײַערע פּגרים װעלן פֿאַלן אין דעם דאָזיקן מדבר. 33 און אײַערע קינדער װעלן אומװאַנדערן אין מדבר פֿערציק יאָר, און װעלן לײַדן פֿאַר אײַערע אָפּקערונגען, ביז אײַערע פּגרים װעלן פֿאַרלענדט װערן אין מדבר. 34 לױט דער צאָל פֿון די טעג װאָס איר האָט אױסגעקוקט דאָס לאַנד – פֿערציק טעג, פֿאַר אַ טאָג אַ יאָר, פֿאַר אַ טאָג אַ יאָר, װעט איר טראָגן אײַערע זינד, פֿערציק יאָר; און איר װעט דערשפּירן מײַן אומגענאָד. 35 איך, ה׳, האָב גערעדט; אױב איך װעל דאָס נישט טאָן צו דער דאָזיקער גאַנצער בײזער עדה, װאָס האָט זיך אײַנגעזאַמלט אַקעגן מיר! אין דעם דאָזיקן מדבר װעלן זײ פֿאַרלענדט װערן, און דאָ װעלן זײ שטאַרבן.
36 און די מענטשן װאָס משה האָט געשיקט אױסקוקן דאָס לאַנד, און זײ זײַנען צוריקגעקומען און האָבן געמאַכט מורמלען אַקעגן אים די גאַנצע עדה, מיט אַרױסלאָזן אַ שלעכטן קלאַנג אױפֿן לאַנד – 37 די מענטשן װאָס האָבן אַרױסגעלאָזט דעם שלעכטן קלאַנג אױפֿן לאַנד, זײַנען געשטאָרבן אין אַ מגפֿה פֿאַר ה׳. 38 נאָר יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון, און כָּלֵבֿ דער זון פֿון יפֿונֶהן, זײַנען געבליבן לעבן פֿון יענע מענטשן, װאָס זײַנען געגאַנגען אױסקוקן דאָס לאַנד.
39 און משה האָט גערעדט די דאָזיקע װערטער צו אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און דאָס פֿאָלק האָט זײער געטרױערט. 40 און זײ האָבן זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן שפּיץ באַרג, אַזױ צו זאָגן: אָט זײַנען מיר, און מיר װעלן אַרױפֿגײן צו דעם אָרט װאָס ה׳ האָט געזאָגט; װאָרעם מיר האָבן געזינדיקט. 41 האָט משה געזאָגט: נאָך װאָס דען טרעט איר איבער דעם באַפֿעל פֿון ה׳, אַז דאָס װעט נישט באַגליקן? 42 איר זאָלט נישט אַרױפֿגײן, אַז ה׳ איז נישט צװישן אײַך, כּדי איר זאָלט נישט געשלאָגן װערן פֿאַר אײַערע פֿײַנט. 43 װאָרעם דער עַמָלֵקי און דער כּנַעֲני זײַנען דאָרטן פֿאַר אײַך, און איר װעט פֿאַלן דורכן שװערד; װאָרעם אַזױ װי איר האָט אײַך אָפּגעקערט פֿון הינטער ה׳, װעט ג-ט נישט זײַן מיט אײַך.
44 אָבער זײ האָבן זיך דערװעגט אַרױפֿצוגײן אױפֿן שפּיץ באַרג; נאָר דער אָרון פֿון ה׳ס ברית און משה האָבן זיך נישט גערירט פֿון לאַגער.
45 און דער עַמָלֵקי און דער כּנַעֲני, װאָס זײַנען געזעסן אױף יענעם באַרג, האָבן אַראָפּגענידערט, און האָבן זײ געשלאָגן און זײ צעקלאַפּט ביז חָרמָה.